Paragraph
Paragraph rh-zcfzm1kt
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-p4teset1
- order
- V
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אנהויבנדיק פון דער מצוה פון זאגן ברכת השחר, און פאר דערויף דער מודה אני לפניך, און דערנאך אויך, איז מען דאס ממשיך גיט מען דאס אריין אין דעם גוף, אז אויך דער גוף זאל ווערן הייליק, דורך דערויף וואס מ'וואשט נעגל-וואסער, און דערנאך זאגט מען גלייך די ערשטע ברכה, על נטילת ידים, אז מ'האט ריינע הענט, וואס דאס איז דאך אויך אין די אויפפירונג פון יעדער קינד האט ער איינע הענט, אידישע הענט, וואס דערפאר אז ס'קומט צו א זאך פון עסן, אדער אן אנדער זאך וואס ער וויל נעמען, אויף עסן דאס אדער אויף נוצן דאס, איז בנוגע צו עסן דאס פרעגט ער זיך פאנאנדער, ביים טאטן צי ביים מאנן, צי בא דעם ראש-הישיבה צי בא דעם למ וד, צי דאס איז א כשר'ער עסן און צי דאס איז א פרוטה, א מנהג, וואס געהערט צו אים און ער מעג דאס נוצן ווי ביי אים קומט אויס, צי ער נוצט דאס אויף זיינע אייגענע זאכן, אדער געבן אויף צדקה און ענלעכע זאכן, במילא האט ער, ווי געזאגט פריער, אן אידישן טאג, צוזאמען דערמיט א געזונטער טאג ברוחניות ווערט דאס אויך א געזונטער טאג בגשמיות.
- proofread
- 0