English
ספרייה
kind
paragraph
order
6
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מאזוי ס'איז דאך ערב שבת, וואס שבת איז שבת שירה, און פארבונדן בשנה זו אויך וואס ס'איז בחמשה עשר יום, בחודש פון קיימא סיהרא באשלמותא, וואס דעמאלט איז דאך אויך דער ראש השנה לאילנות, און ווי די גמרא טייטשט דאס אפ, אז דאס גייט כהאדם הייץ השדה, און טייטשט אפ די גמרא אין תורה שבעל פה במיוחד, אז דאס איז מצד דערויף דאס גייט אויף א אידן, און וואס ביי א אידן איז דאך אן ענין עיקרי דער ענין התורה שבו, וואס אין תורה איז דאך אן ענין עיקרי וואס גדול לימוד שמביא לידי מעשה פירות מעשים טובים וואס תורה ווערט געלערנט אין אזא אופן אז דאס קומט ארויס אין מעשה בפועל, און דאס רעדט זיך אין אזא אופן אז מ'בענטשט אויף דערויף דעם אויבערשטן, ווארום הקב", הוא עוזרו, איז יעדער ענין של פרי, על אחת כמה וכמה פירות, שנשתבחה בהם ארץ ישראל, וואס דאס איז דאך דער מנהג ישראל, אז ביום פון ראש השנה לאילנות, איז דאך דעמאלט עסט מען אט די פירות, כמדובר כמה פעמים, און ווי מ'זעט דאס אויך אין מנהג ישראל, איז דאך נשתבחה בהם ארץ ישראל וואס אידן, איז דאך בכל מקום שהוא, איז ער דאך אליין אן ארץ-ישראל זאך, א פירי פון ארץ-ישראל, שרצתה לעשות רצון קונה און רצון מיט ביידע אפטייטשן רצתה פון לשון אז ער וויל דאס, און נאך א זאך אז דער ווילן זיינער באגרעניצט זיך ניט דערמיט וואס דאס בלייבט אין רצון, אדער דאס קומט אראפ לאט לאט לאט דערנאך אין מחשבה און דיבור און מעשה, נאר ס'קומט אראפ אין אן אופן פון רצא, מלשון רצא, הוי רץ לדבר מצוה, און וואס בא יעדער אידן, און בא איי אידן, ובפרט אט די וואס זיינען פארבונדן מיט פנימיות התורה, און בתורה בכלל, איז ווייסן זיי דאך, אז דער ענין התורה איז דאך אז ס'זאל אראפקומען לידי מעשה, און א מעשה פארבונדן מיט תורה דארף זיין על פי התורה
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים