transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1אף על פי וואס דער פרשת המאסר, דער אינהאלט ווי אזוי ס'איז געקומען צו דעם מאסר איז דאך באשריבן און באוואוסט איז דאך אבער אויך אין דערויף דא כמה פרטים, און ס'איז דאך פארשטאנדיק, אז א פרט, וואס 'בהשגחה פרטית' איז דאס פארבונדן מיטן בעל המאסר והגאולה, מיטן אלטן רבי'ן אליין,
¶2און וואס דער פרט איז נתגלה געווארן איז ער גלייך ענטדעקט געווארן גלייך נאכן מאסר, און איבערגעגעבן געווארן דערנאך לדורות אחריו איז דאס א הוראה כללית, דאס באווייזט אין אלגעמיין אויף דער נקודה אין וואס ס'איז באשטאנען דער מאסר, און וויבאלד אז א מאסר איז דאך ניט חס ושלום צוליב א מאסר,
¶3נאר דאס איז דאך צוליב די טובה וואס דערפון וועט ארויסקומען איז דערפון פארשטאנדיק, אז אין דעם ענין וואס איז מגלה די נקודה פון דעם מאסר ליגט אויך די נקודה ווי אזוי מ'קומט-צו צו דער גאולה.
¶4וואס דאס איז וואס חסידים דערציילן, און ווי ס'ווייזט אויס איז דאס אן ענין ברור ואמיתי, אז נאך דעם מאסר איז מען אריינגעגאנגען האט מען געפונען א צעטל געשריבן מיטן כתב פון דעם אלטן רבי'ן, און אויפן צעטל איז געווען געשריבן דער פסוק ”שרים ודפוני חינם ו מדברך פחד לבי”
¶5און ווי מ'דערציילט, איז אט דאס איז געווען די זאך וואס איז פארבונדן מיט דער תחילת המאסר, וואס חסידים האבן דערזען און דערנאך דאס איבערגעגעבן להבאים אחריהם.
¶6וואס יעדער ענין איז דאך 'בהשגחה פרטית', און יעדער ענין איז דאך ווי תורת הבעל שם טוב מ'זאל דערפון אפלערנען אן ענין וואס איז נוגע זיך,
¶7און אויך דערנאך דאס אויסנוצן, און ניט נאר לטובת היחיד, נאר ווי גערעדט פריער אויך לטובת ”כל אחד ואחת מישראל”, צו וועמען דער ווארט זיינער קען דערגרייכן.
¶8וואס אין דעם פסוק איז דאך דא צוויי פירושים וואס מ'קען זיי פארבינדן מיטן מאסר, און וויבאלד אז ביידע פירושים זיינען אויסגעהאלטן, ביז אפילו אין פשוטו של מקרא איז דאך דערפון פארשטאנדיק,
¶9אז די הוראה דערפון איז אויך בפשטות, לכל אחד באחת צו וועמען ס'דערגרייכט די ידיעה וועגן דעם מעשר און די ידיעה וועגן דער גאולה.
¶10וואס דער פסוק באשטייט דאך פון צוויי ענינים, את שרים רדפוני חנא אים און דער צווייטער ענין ”ומדברך פחד לבי” וואס אין דערויף טייטשט מען בפשטות,
¶11אז דער אלטער רבי האט געזאגט, אז כאטש אפילו ער האט געזען דעם מעשר, און האט געזען דעם חומר די די ערנטסקייט, אז דאס איז ניט א מאסר סתם אזוי, נאר דאס איז פארבונדן מיט חיים אדער היפך ”מן החיים, וכידוע” דער סיפור וועגן דער אגבה אין וועלכע מ'האט אים געפירט וכו ווי ס'איז שוין געדרוקט בכמה מקומות.
¶12איז אט דאס וואס ער האט איבערגעלאזן, אז מ'זאל דאס זען מיט וואס ער גייט אוועק אין מאסר אז שרים איז דערפון אין חינם!
¶13ער ווערט ניט נתפעל פאר די רדיפה פון שרים, וואס ער רופט זיי אן בשם שרים ווארום ער האט דאך געלעבט אין יענער מדינה, איז דאך דא אין דערויף כמה ענינים וואס זיי זיינען שרים,
¶14ביז וואנענט אז ער קומט אראפ אין א דין בפועל, אין ”דינא דמלכותא דינא” אין ענינים וואס ס'ווירט ניט אן קיין דעם שולחן ערוך וכו דארף מען זיך דאך רעכענען מיט דעם חוק פון די שרים איז אף על פי כן, דער ענין פון רדפוני אז ס'קומט צוגיין איין שר, און אפילו אלע שרים,
¶15און זיי ווילן טאן אן ענין פון רדפוני איז חינם איז דאס אן אומזיסטע זאך, וועלן אין דערויף ניט מצליח זיין.
¶16וואס דערפאר איז דאך אויך אין די פרטים אין ”דינא דמלכותא דינא” איז דאס דוקא אויב דאס איז ניט אן ענין פון רדפוני חינם אויב דאס איז א חוק לכל בני המדינה ניט אן ענין פון רדפוני.
¶17וואס דאס איז פארבונדן מיטן מאסר, אז ניט קוקנדיק אויף דער ערנסקייט פון דעם מאסר, און וויסן אז דאס קומט אויף דער פקודה פון די שרים פון עיר הבירה ווי מ'האט אים איבערגעגעבן,
¶18און זיי זיינען שרים על פי תורה ווער מאכט דאס אויף אים ניט קיין איינדיק, ס'איז דערפון נכינם ס'איז אן זיסטע זאך ס'וועט גארנישט ניט ארויס דערפון.
¶19במה דברים אמורים פון וואס איז פחד לבי?
¶20אפשר איז אין דערויף דא אן ענין וואס דאס איז מדברך אז ס'קען זיין אז ער האט עפעס ניט דערטאן ווי דער אלטער רבי האט געקענט טראכטן מתוך עניוו שלו,
¶21אדער ווי דערנאך איז ארויס דערנאך אין איינע פון די ווערטער פון דעם אלטן רבי'ן, אז דאס איז פארבונדן דערמיט וואס ער האט ניט מפיץ געווען תורת החסידות מיט 'הבנה והשגה' ברחבה, כידוע די שיחה בזה, איז מערניט דערפאר איז פחד לבי.
¶22דערנאך איז דא דער צווייטער אפטייטש אין דעם, אז פארוואס איז ”שרים רדפוני חינם” אז מ'האט אים געמאכט, אז ער געפינט זיך אונטער דעם כותר, מיט זיינע שרים, און ווייס רעט מען זיך אן, אז ס'זאלן זיין רדפוני און אף על פי כן זאגט ער, אז דאס איז חינם?
¶23איז דער ביאור אויף דעם, און די הסברה איז דערפאר וואס ”ומדברך פחד לבי” וויבאלד אז ער שטייט אין פחד פארן אויבערשטן האט ער דאך ניט וואס צו רעכענען מיט אלע שרים, ואף על פי וואס זיי זיינען שרים מצד דעם מינוו של מעלה, ניט חס ושלום מצד ככם ועוצם ידיו וואס
¶24האט דאס דער אלטער רבי איבערגעגעבן די גלאזט אז דאס זאל אנקומען צו חסידים, און דערנאך זאל מען דאס חסידים שבדורו איבערגעבן לכל הדורות שלאחרי זה, ביז דורינו זה,
¶25איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז נאך דערויף ווי דער אלטער רבי האט מגלה געווען, אז דאס איז א הנהגה פון א אידן איז דאס א הוראה פאר יעדערן בדרכו בחיים,
¶26אז בשעת ס'קומט צוגיין א גוי, אפילו אזא גוי מיט וועלכן ער איז פארבונדן מיט ”דינא דמלכותא דינא” בשעת אבער דער גוי וויל טאן ניט אן ענין דין שוה לכל בני המדינה, נאר ער טוט אן ענין של רדפוני איז אט דעמאלט איז דער חנם ער האט דערפאר ניט וואס נתפעל צו ווערן.
¶27אפילו אז ס'שטייט בחיצוניות אין אזא מעמד ומצב ווי ס'איז געווען דעמאלט, רחמנא ליצלן, בשעת דער מאסר פון דעם אלטן רבי'ן, כאמור לעיל א סכנה גדולה ביותר, די זאך אבער וואס ער דארף באווארענען איז ער דארף זיין 'יפשפש במעשה' איז משמיש במעשיו וואס שטייט דאס?
¶28ווי שטייט ער בהנוגע צו ומדברך אויב צי דארטן דארף ניט זיין דער פחד לבי און דאס איז מערניט ”כגרזן ביד החוצף”, ס'איז מערניט ווי רצועה להלקעה מצד ומדברך וואס דארטן דארף זיין פחד לבי דא
¶29איז אבער ניט איז דאס שולל דעם ענין פון שרים דערפון איז חינם אט דעמאלט האט ער גלייך די עצה לזה, דער 'ענין התשובה', וואס דער 'ענין התשובה' איז ”למעלה מזמן ומקום”,
¶30ווי גערעדט כמה פעמים, אז דער דין, אז הרהי תשובה איז ”נעשה צדיק גמור” איז וויבאלד ער גיט זיך א טרייסל, אפשר פעלט אים עפעס ומדברך איז ”נעשה צדיק גמור” בלייבט דער שרים ראיז דערפון נחינם.
¶31דערנאך אבער דארף דאס אראפקומען בפועל, כאמור לעילה, אז ”המעשה הוא העיקר” און וויבאלד אז ער דארף מבטל זיין דעם ענין פון שרים רדפוני וואס זיי געפינען זיך אין 'עולם הזה' הגשמי והחומרי דארף דאס אויך אראפקומען פון עיקר התשובה שהיא בלעת ביז אין 'עולם הזה' הגשמי והחומרי
¶32איז אט דא קומט ארויס ווי דערנאך איז די תורה מפרש, אז ”פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ברבים היו עמדי” איז דער ענין אין דעם אז דאס קומט דורך דעם וואס ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים ומתפלל” אין אצילה 'תורה עבודה' וגמילות חסדים.
¶33און אט דעמאלט איז די גמרא מסיים ”מעלה אני עליו כאילו פדא אני לעולי בני מבין האומות” כאילו מיט א כ' דמיון אז ער געפינט זיך נאך אין גלות, און דאס איז דאך אן ענין פון שרים,
¶34וויבאלד אבער אז ער איז ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים” ומתפלל אים הציבור, איז ניט נאר ס'ווערט בטל דער ענין פון שרים רדפוני אז דאס ווערט אינגאנצן חנם נאר ס'איז נאכמערער, אז ס'ווערט כאילו פד אני לי ולבני מבין האומות, ס'איז שוין א כ' דמיון צו דער גאולה האמיתית,
¶35אן דעם כ' דמיון, אז ער דערפילט, אז כאטש אפילו ער געפינט זיך נאך אין גלות, און דאס איז א חושך כפול ומכופל, און חס ושלום זאגן אז דאס איז אתחלתא גאולה ס'איז א פסק ברור אין רמב"ם אז דאס איז נאך פאר 'קיבוץ גליות' פאר בנין בית המקדש במקומו פאר 'יכוף כל ישראל'
¶36”ללכת בדרכה ולחזק בדקה” ס'איז נאך דא מספר וואס בא זיי פעלט דאס נאך, אבער אין גלות גופא איז שטייט ער שוין אין א מעמד ומצב, ”כאילו פדעני לבנים מבין האומות” דערפאר וואס דאס גייט צוזאמען מיט לי ולבנים מבין העולם.
¶37וואס אט דאס איז די הוראה וואס ס'קומט ארויס פון דעם ענין וואס דער אלטער רבי האט געלאזן, אז בשעת מ'פירט אים אוועק אין מסר קען דאס פועל'ן א חלישות באיזה ענין פון די וואס זיינען געבליבן ניט בד' אמות שלו,
¶38לאזט ער זיי איבער די הוראה און זאגט זיי אן, אז פאר שנים רדפוני איז קיינמאל ניטא וואס ניט וואלט ווערן, מ'דארף נאר באווארענען אז ס'זאל זיין ”ומדברך פחד לבי” איז אט דעמאלט קומט דערנאך ארויס, ווי ס'איז געווען דער סיום המאסר,
¶39א גאולה אין אן אופן פון הפלו ו”הגדיל הוי' לעשות עמנו” ווי דער אלטער רבי שרייבט באגרת שלו הידוע, און דאס אויך די אלע
¶40פרטים קומען דערנאך אראפ אין אן אופן וואס נזכרים מ'דערמאנט זיך אויף זיי בי'ט'כסלון מיט מערער חיות ווי מ'דערמאנט זיך אין שאר ימות השנה קומט דאס אראפ אין חיות במשך כל השנה, אז ס'זאל אראפפאלן די מורא פאר גויים, ווארום גויים האבן ניט קיין שליטה,
¶41אויף א אידן קיינמאל ניט געהאט, און זמן הגלות אויך ניט, מערניט בהנוגע צו ”דינא דמלכותא דינא”, און בהנוגע אז אידן דארפן מסיים-זיין דעם בירור הניצוצות, כמבואר בכמה מקומות.
¶42און אט דעמאלט פארענדיקט מען די לעצטע טעג פון גלות, און אין אן אופן פון ”פדה בשלום” מקרב לי אין אן אופן פון שלום ומנוחה, און ס'ווערט דער ”ויתיו לכם לאלקים ואתם תהיו לי לעם בגלוי אין” לעצטע טעג פון גלות, ווי דער רמב"ם פסק'נט דאס אפ,
¶43אז נאך קודם הגאולה וועט זיין דער יכוב ”כל ישראל ללכת” בדרכה ”ולחזק בדקה” ובקרוב ממש וועט זיין דער וילכון לחמת השם וינצח ”ויבנה בית המקדש במקומו, ויקבץ נדחי ישראל” ובעגלא דידן.