עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-z7ws64zq

kind
paragraph
order
6t
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און צו יעדערן פון אונז, בתוך כלל ישראל, די נשמה וואס זי איז אתה ורתא און טהורה היא, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז זי מאכט אויך נאכמערער טהור, ריין און ליכטיק און הייליק, יעדער אידישן גוף, ובמיוחד פון אידישע קינדער, במילא האט מען דערנאך די אלע ברכות פון דעם אויבערשטן, ווי דערמאנט פריער, און בשעת א קינד פרעגט, און אפילו ערוואקסענע פרעגט, אז וויבאלד ווי דערמאנט פריער שטייט מען נאך פאר דער גאולה, און מ'געפינט זיך נאך אין גלות, ווערט דאך דעמאלט א שאלה, אז דער פסוק אליין דערציילט, און אין די סדרות פון ספר דברים, וואס דאס איז דאך דער ספר פון די וואכן פון אלול, זאגט מען דאך, אז דער ענין פון גלות איז, אז אידן זיינען מעט מכל העמים, ולא מרובך מכל העמים, נאר אתם מעט מכל העמים, וואו נעמט מען כח אויף ניט נתפעל ווערן און ניט נאר ניט פאלגן, נאר אדרבא אריינברענגען די ליכטיקייט פון אידישקייט, פון תורה ומצוות, אין דער גאנצער וועלט ארום
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions