עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-z7r5haht

kind
paragraph
order
Nq
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
חירות על כל השנה כולה, אויף דער גאנצער יאר ווערט א יאר פון חירות, און אויך א הקדמה קרובה צו די חירות אמיתי ווי דאס איז בגלוי, וואס דאס איז די חירות פארבונדן מיט דער גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט דאך זיין גאולתנו וגדות נפשינו, אין אן אופן אז ס'איז געווערט אינגאנצן בשלילה דער גאנצער ענין פון היפך החירות, און אידן האבן בגלוי און אנערקענט פון דער גאנצער וועלט אז מ'איז עם אחד פארבונדן מיט הוי'אחד, דורך דערויף וואס מ'פירט זיך אויף און מ'איז פארבונדן שטענדיק מיט תורה אחת, ביז וואנענט אז מ'זאגט אז יעדער איד ווערט אנגערופן, אז ווי זיין הנהגה זאל נאר ניט זיין, ווערט ער אנגערופן בשם ישראל וואס דאס איז א ראשי-תיבות, יש ששים ריבוא אותיות לתורה. און ווי דערמאנט פריער, אז אף על פי וואס יעדער איד איז דאך איין אות אין תורה, און ווי ס'שטייט אין ספרים, איז דורך אט דעם אות באקומט ער זיין חיות, אויך דער חיות גשמי
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions