transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1כמדובר כמה פעמים, וויל מען דאך אויך האבן אן ענין וואס איז פארבונדן מיט בכל דרכיך 'ובכל מעשיך', ובפרט נאך לויט תורת הבעל שם טוב, אז פון יעדער ענין וואס א איד הערט אדער זעט, גיט מען אים אין דערויף, און דערפאר דארף ער אפלערנען דערפון א הוראה אין עבודת ה אין ”עבודת האדם לקונו”.
¶2וואס אט דא זעט מען דאך אויך בפועל ווי די וועלט איז צוטומלט אין אן אופן פון העדר הבנה, און ”זה אומר כך וזה אומר כך” אין די אמורעות הכי אחרונות.
¶3וואס וויבאלד אז דאס איז נוגע צו 'ארץ הקודש', איז דאך פארשטאנדיק בפשטות אז דאס איז נוגע צו יעדער אידן, וואו ער זאל זיך געפינען, צי אין 'ארץ הקודש' צי אין חוץ-לארץ, און אין וואס פאר א מעמד ומצב ער זאל זיך ניט געפינען, און ווי גערעדט פריער בארוכה,
¶4אז צו יעדער אידן איז פון ברית בין הבתרים, וואס דעמאלט האט דער אויבערשטער געזאגט צו אברהם'ן ל”כל זעריך נתתי” נתתי לשון עבר, כבר נתתי אז יעדער איד האט א חלק בפשטות אין ארץ ישראל הגשמית, על אחת כמה וכמה אין ארץ ישראל, 'ירושלים של מעלה', אין ארץ ישראל הרוחניות.
¶5וואס דער בלבול און די שקלא וטריא וכו איז צוזאמען דערמיט וואס פלוני בן פלוני, וואס ער איז א שר וכיוצא בזה, א דוגמת מלך אין א מדינה וואס זי איז נקרא מצרים על שם שמצירים לישראל בעבר,
¶6האט אויפגעטאן אן ענין א 'דבר חידוש', וואס ביז איצטער איז דאס ניט געווען, און ס'איז ניט געווען אין אזא מין אופן אז קיינער האט זיך ניט געריכט, על כל פנים די וואס גייען אין חשבונות בדרכי הטבע, מדידה והגבלה פון טבע, אז אזא מין זאך קען טרעפן.
¶7וואס אויף געפינען דעם ”ביאור הענין” איז דאך דא אין דערויף שני חלקים כלליים, איין חלק איז וואס איז דער טעם וואס דאס האט געטראפן, וואס צוליב דערויף דארף מען זיך מתבונן זיין אין דעם מעמד ומצב, און דערנאך מתבונן זיין זיך אין דעם ענין פון מעמדו ומצבו פון דעם וואס האט געטאן דעם 'דבר חדש'.
¶8דערנאך איז דא דער צווייטער ענין, אז כתורת הבעל שם טוב, וואס דארף א איד אפלערנען דערפון וואס ער האט געהערט, אדער מ'האט אים דערציילט, אז דער און דער האט אפגעטאן אזא מין און אזא מין מצב, אזא מין אזא מין מעשה אין אזא מעמד ומצב.
¶9וואס צווישן די צוויי ענינים איז דא א חילוק עיקרי.
¶10דער צווייטער ענין, ארויסנעמען דערפון א הוראה אין עבודת ה איז כתורת הבעל שם טוב וויבאלד אז ער האט געהאט צייט אויף צוהערן זיך צו דעם סיפור, אדער ער האט דאס ניט געהאט, דער מעמד האט אים מכריע געווען אז ער דערהערט די זאך,
¶11וואס דעמאלט זאגט דער בעל שם טוב אלס א הוראה לכל אחד ואחת ולכל הדורות, אז ס'איז זיכער אין דערויף דא א הוראה אין עבודת ה, איז דאך א זיכערע זאך אז א איד דארף זיך מתבונן זיין בזה, כדי ארויסצונעמען אין דערויף א הוראה בעבודתו,
¶12לקונו. וויבאלד אז דער אויבערשטער זאגט, תורת חיים זאגט, ער דארף זיך אין דערויף מתבונן זיין, איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז מ'גיט אים א סיוע, אז די התבוננות זיינער זאל גיין בדרך האמת, כדי ער זאל בארויסקומען א הוראת אמת.
¶13אמת לכאורה, דער עיקר איז דא אין הוראה לפועל, אף על פי וואס אין די התבוננות בזה קען ער א טעות האבן, וויבאלד אז די מסקנא וועט זיין בדרך הקלתון, ער וועט אבער קומען למסקנא אמיתית האט ער דאך אויסגעפירט די כוונה, מ'זעט דאך אבער בפועל ביי א בן אדם,
¶14כדי מסקנא זאל זיין אמיתית דארף די התבוננות דארף זיך אויך פירן בדרך הישר ביז ”אין דרך האמת”.
¶15דער ערשטער ענין פון פארשטיין פארוואס האט פלוני בן פלוני געטאן אט דעם און דעם ענין איז וויבאלד אז דאס איז ניט קיין הכרח פאר אים צו וויסן דאס, ווארום מאי נפקא מינה לגבי עבודתו אין 'לימוד התורה' 'קיום המצוות' ובכללות אין עבודת הבורא, איז ניט קיין הכרח אז ער דארף אויף דערויף אפגעבן צייט,
¶16ס'איז על אחת כמה וכמה ניט קיין הכרח, אז ס'איז א זיכערע זאך אז מ'וועט אים געבן דעם סיוע מלמעלה ער זאל קומען צו דער מסקנא האמיתית, וויבאלד אז די מסקנא אמיתית בזה איז ניט קיין הכרח אין 'עבודת האדם' לבוראו איז מען ניט מחוייב געבן מלמעלה א סיוע, אז אין אן ענין פון דבר הרשות זאל ער קומען למסקנא האמיתית.
¶17אף על פי כן קצת שייכות האט דאס דאס אויך צו דעם ענין השני, ווארום אויב ער וועט וויסן מער ווייניקער, על כל פנים בדרך אפשר,
¶18די מחשבתו ושכלו פארוואס דער פלוני, אף על פי וואס עיני-יהודי איז געקומען צו דער מסקנא קען דאס אים מסייע זיין אויך אין דעם ענין השני, וויבאלד ער האט אמת"ע פארשטעלונג פון דעם גאנצן מצב הענינים וואס ער קען דערפון ארויסלערנען בנוגע לעצמו.
¶19אנהויבנדיק פון ”ענין השני והוא” העיקרי, וואס אט דא זעט מען, אז ס'טרעפט א הוראה כללית, אז די אלע וואס זיינען ענינם איז אויף טראכטן חשבונות אין תכסיסי מלוכה פון דער מלוכה, פון א צווייטער מלוכה וכו איז בא זיי דער ענין געווען א מוכרח לגמרי,
¶20איז זעט מען אז ס'קען טרעפן ברגע א הכרזה פון איינעם, וואס דאס איז היפך לגמרי פון כל החשבונות וואס אלע האבן געמאכט און אלע האבן געטראכט, סיי פון די וואס זיינען בעלי בחירה סיי פון די וואס זיינען ניט בעלי בחירה.
¶21וואס דאס באווייזט אויף אן ענין, אז א זאך וואס איז למעלה מכל מדידה והגבלה פירט-אן מיט דער וועלט, און ביז וואנענט אז ס'קען זיין אן ענין וואס על פי חשבון ועל פי מדע וואס פארנעמט זיך מיט די ענינים, איז דאס לגמרי מופרח מ'זאל דאס מיטאמאל טרעפן.
¶22וואס די הסברה בזה איז, וויבאלד אז ער איז ניט קיין בעל בחירה, דאס רעדט זיך דאך ניט וועגן א אידן, על אחת כמה וכמה אפילו ביי א בעל אין א בחירה, אויב דאס איז א שר ומלך איז דאך אויך ”לב מלכים ושרים ביד” הוי עאכו"כ וואס 'מצד עצמו' איז ער ניט קיין בעל בחירה, איז אט די הוראה אליין, אז מ'גייט זיך ארום און מ'טראכט וואו זעט מען, ווי אזוי דער אויבערשטער האט זיך אריינגעמישט,
¶23און ווי אזוי קען מען זען אין א זאך וואס ס'איז אויסגערעכנט בתכלית השלימות ליט חכמת החשבון, און אף על פי כן זאל מען זען 'בעיני בשר' א ענין של הפכו אט דאס אליין איז שוין א הוראה אין עבודת אדם לקונו.
¶24א צווייטע זאך, וואס דאס איז הוא העיקר, וואס דאס איז נוגע צו א בעל בחירה בכלל, און צו בעלי בחירה וואס טרעפן זיך מיט אים במיוחד, וואס דאס וועט אויך זיין בהקדם לביאור ”קצת, עכ"פ בדרך” אפשר אין דעם ענין הראשון.
¶25וואס דער ענין הראשון, אמת טאקע ביי איינע בעל בחירה, אבער עפעס אן אחיזה אין חשבון דארף דאך דאס האבן ביי אים אויך, איז די הסברה בפשטות איז,
¶26אז ס'איז געווען א מעמד ומצב וואס מ'האט אים ארויסגעשטופט פון א מעמד ומצב פון א מנהיג און ”אדם העומד ברשות” עצמו, און מ'האט אים אנגעוויזן וואס ער דארף טאן און ווי ער דארף זיך פירן, אדער פון וואשינגטאן אדער פון די אסיפות פון די ממשלות וואס זיי זיינען פארבונדן מיט ערבים, כאטש אפילו דאס איז ניט קיין אמת ערבים,
¶27נאר מצריים און שמואלים וכו מיט אלע-ערליי אנרב ”רב מכמה וכמה עממים”, און ער איז געווען איינער צווישן כמה וכמה.
¶28אט דאס האט ער אויפגעטאן אן ענין, ארויסגענומען א זאך וואס וואשינגטאן האט זיך געקאכט און געיאגט זיך נאך דערויף, אז אלע זאלן וויסן אז זי איז מנהיגה את העולם, און לויט די הוראות וואס זי וועט געבן אזוי פירט מען זיך,
¶29בכל מעמד ומצב ובכל מדינה ומדינה, אויך די הוראות אויף קירוב צו שלום, און ער איז אויך א מקבל סיוע מהם, צי דאס איז ממון צי נשק וכיוצא בזה, דארף ער זיי אויך פאלגן, על כל פנים אין כללות הענינים.
¶30וואס על דרך זה איז געווען די התאחדות דער עיגוד פון די ממשלות, פון די ערביין ושמואלים, פון דעם ערב רב, און דא האט ער מיטאמאל ארויסגענומען און באוויזן אז ער איז עומד בשות עצמו, און אלע דארפן זיך רעכענען מיט אים, אפילו די וואס לכאורה דארף ער צו זיי אנקומען נאך נשק אדער צו ממון,
¶31צייט צווישן אומות העולם בכלל ביז אין וואשינגטאן סיי בנוגע צו אומות העולם פון די ערביים, און אז ער עקש'נ'ט זיך איין ווערט ער דער מנהיג און טוט אפ אן ענין און שטעלט על דעת עצמו וקרצונו, וועט ער רעדן וואס ער וויל און ווי ער וויל, און אין די תנאים ווי ער וועט וועלן.
¶32און אף על פי וואס ער האט גלייך געהאט די התנגדות מכל הצדדים, מכמה צדדים בגלוי, ומכמה צדדים וואס ס'פאסט ניט אז זיי זיינען מנגד בגלוי,
¶33האט מען געזאגט אז מ'איז מקלט דערצו און מ'וועט זיך מיישב זיין, ובכללות איז דאס גוט, אבי ניט חזק זיין אים, איז משעה לשעה האט ער זיך ארויסגעשטעלט מער בתוקף און באוויזן, וואס דאס איז מחזק מעמדו ומצבו בנוגע ביי אים אין מדינה גופא, דאס איז מחזק מעמדו ומצבו בנוגע צו כלפי אומות העולם בכלל,
¶34דאס איז מחזק מעמדו ומצבו צו כלפי אומות העולם האמורים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט תרבים, מיט ישמואלים וכו ביז וואנענט אז ווי מ'זעט דאך בפועל, אז תמורת זה וואס ס'איז געווען די הנהגה כמה שנים,
¶35אז מ'איז געווען כ”עני המחזר על הפסחים, ארומגעלאפן אין” כמה ערטער בעטן אן עצה ווארום דאס איז פארבונדן מיט ארויסבאקומען נשק וממון וכיוצא בזה, איז איצטער האט ער זיך אוועקגעשטעלט דורך בשעתא חדא מיט די איינציקע פעולה אין א מעמד,
¶36אז הכל משקימין לפתחו מ'האט מורא פאר אים וואס וועט ער אפטאן, און חוץ פו העלפט זיך בכמה מקומות, און מ'פרעגט זיך נאך, און מ'פרואווט ביי אים פועל זיין, אז ער זאל נאכגעבן דעם אביסל און יענעם אביסל, און זאל לאזן פלוני בן פלוני ער זאל אויך הייסן א מנהיג פונקט ווי ער הייסט א מנהיג.
¶37וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז ס'איז דער גאנצע געווינס לצידו על ידי מעשה הוא זה, אט ווי ס'זאל ניט זיין דערנאך דער המשך, און ווי ס'זאל ניט זיין די תוצאות האט ער שוין באוויזן, און באוויזן במעשה בפועל,
¶38און באוויזן למרות כל ההתנגדות, אז בשעת ער וויל דארף מען דאך צוהערן צו אים און מ'דארף אים נאכגעבן, דערפאר וואס אז ניט קען ער נאך טאן בהמשך לזה, מי יודע מה.
¶39וכאמור, בהדגשה, אז ווי ס'זאל ניט זיין דער אויסקומען פון דער זאך, האט ער שוין פארדינט א שינוי מצבו בעיקר במדינתו, און מדינות הערביים, וואס ווערן אנגערופן בשם מדינות הערביים, ביז אפילו אויך א שינוי במעמדו ומצבו,
¶40סיי אין ארצות הברית סיי אין מוצאות הברית, וואס זיי ווערן דאך איצטער אנגערופן בשם המלכות הכי אדירות צווישן אומות העולם.
¶41וואס דערפון קומט אויך ארויס, און דאס איז דער טעם וואס מ'קען רעכענען אז דאס איז דער ביאור מספיק, און דאס איז דער ביאור אמיתי, וויבאלד אז דערפון קומט אויך צו א סיוע אין דעם ביאור אין חלק השני בזה,
¶42וואס דארף א איד אפלערנען פון אט דעם ענין וואס ס'האט געטראפן טאקע מיט אזא וואס ער איז אינו בעל בחירה, יעדער איד איז יא א בעל בחירה, וויבאלד אבער אז מ'האט אים דערציילט וועגן דעם סיפור, ער הערט דערפון און דערציילט דערפון, דערציילט בכמה פרטים איז דאך ווי דער בעל שם טוב פסק'נט, א זיכערע זאך אז אין דערויף איז דא א הוראה ברורה,
¶43וויבאלד אז יעדער איד דארף דערפון אפלערנען בנוגע למעמדו ומצבו.
¶44און אט דאס איז, אז מ'זעט בנוגע צו הנהגות המלוכה, אז ס'קען זיין אזא מעמד ומצב וואס מ'דארף אנקומען לנשק, מ'דארף אנקומען צו ממון, מ'דארף אנקומען צו אן 'עצה טובה', און מ'דארף אנקומען צו נאך כמה וכמה ענינים שאין כאן המקום להאריך בזה,
¶45ובכלל איז דרך כמער ברמיזה ניט כדאי צו זאגן זיי בגלוי, איז אף על פי כן האט מען באוויזן בגלוי, אז מ'האט דעם געפיל אז דאס איז גוט למדינה שלו, איז אט דעמאלט טאר מען זיך ניט רעכענען צי מיט א לחץ פון נשק, מיט א לחץ פון ממון,
¶46מיט א לחץ פון ענינים ”כיוצא בהם”, און נאך מערער, ווי מ'זעט דאס בפועל, אז מ'זאגט מיט א תקיפות, אז וויבאלד אז דאס איז גוט פאר חלקו בעולם,
¶47וויבאלד אז דאס איז גוט פאר דעם שטח בעולם, וואס דארט קען איך זאגן א דיעה, און מ'וועט דאך צוהערן צו מיין דיעה, איז אף על פי אז ס'קומט צוגיין א לחץ פון איינעם וואס מ'דארף צו אים אנקומען,
¶48מצד דערויף וואס מ'געפינט זיך אין גלות באקומען פון אים נשק אדער ממון אדער 'עצה טובה' אדער ”סבר פנים יפות” איז האט מען דעם ביישפיל בפועל ליידער אילו זכינו וואלט מען אליין געהאט אין דערויף די תקיפות,
¶49וויבאלד אז מ'איז פארבונדן מיט ”מלך מלכי המלכים הקב"ה” וויבאלד אז לא זכינו און ביז איצטער ליידער האט מען נאכגעגעבן כמה עניני לחץ, ביז כפי שיתבאר לקמן אויך פארקוקט דעם ענין פון פיקוח נפש.
¶50על כל פנים דער אויבערשטער וויל דאך, אז אפילו אז לא זכינה זאל מען סוף כל סוף זען 'בעיני בשר' ווי א איד דארף זיך פירן זעט מען בפועל,
¶51אז בשעת מ'איז מחליט אז וויבאלד אז טובת ”ארץ הקודש” אשר אנו ”הוי' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה” איז דאס אז כל ארץ ישראל לגבולותי' געהערט זי צו ישראל כי ”שמו אשר יקראו לה בלשון הקודש” ארץ ישראל איז אט דעמאלט אין די אלע גבולות,
¶52און ווי די גבולות זיינען אויסגערעכנט אין תורה שבכתב, וואס תורה שבכתב ווייסן אויך אומות העולם, כמבואר בארוכה דער חילוק פון תורה שבכתב און תורה שבעל פה,
¶53אז דוקא תורה שבכתב איז נדקה לשבעים לשון, ביז וואנענט אז מ'מעג איר לערנען, על כל פנים ס'איז ניטא דער איסור ווי ס'איז דא דער זעלבער איסור בתקפו ווי אין תורה שבעל פה מעג מען איר לערנען מיט אומות העולם אויך, אז זיי ווייסן אויך, אז דאס איז ארץ ישראל לגבולותי.'
¶54און אט דעמאלט האט מען א הוכחה, און מ'זעט דאס 'בעיני בשר', והלוייז זאל דאס פועל זיין אויף די ”הירא ורך הלבב” פון צווישן אידן, וואס ביז איצטער ליידער האבן זיי מבלבל געווען און ניט צוגעזאגט און ניט צוגעלאזט, מצד זייער פחד מיט פני ”קול עלה נידף”,
¶55וויבאלד אז דער עלי נדף איז דאס געווען נדף על ידי עיני יהודי אז מ'זאל זיך שרעקן און מ'זאל נאכגעבן און מ'זאל מזמין זיין על אחץ נוסף, אבי דער פלוני בן פלוני, וואס ביי אים דארף מען בעטן נשק אדער ממון, אדער על כל פנים מסבר פנים יפות זאל זיין צופרידן.
¶56דער ענין המבהיל, וואס ביז איצטער האב איך ניט געוואלט דערפון רעדן בגלוי אבער איצטער איז דאך דאס נוגע קען זיין נוגע חס ושלום אויך בפועל, איז אט דאס איז אז מ'ווייס און מ'קוקט זיך און מ'איז זיך מתבונן,
¶57צו וואס האט געבראכט דער נאכגעבן דעם לחץ ווען מ'האט געוואוסט אז דאס איז היפך הטובה פאר ארץ ישראל לגבולותי' ולעם הדרים עלי ווי דאס איז געווען בעבר, וואס מטעמים ובנים האט מען דאס ניט מפרסם געווען,
¶58אבער סוף-כל-סוף האבן זיך ניט געקענט איינהאלטן, און ס'איז ארויס בפרסום, ביז וואנענט מ'האט דאס אפגעדרוקט אין א בוך וואס יד כל אחד משלת בזה און מ'קען דאס לייענען יעדערער, וואס דעמאלט איז דאך אן ענין וואס דאס איז שוין א פרסום, און א פרסום ”שוין למעלה הימנו”,
¶59וואס דארט דערציילט מען בפירוש וואס ס'האט געטראפן בשעת ס'איז געווען, בשעת המלחמה, ניט איצט וואס ס'האט זיך אנגעהויבן ”ביום הכיפורים, ביום” הקדוש, וואס ס'איז געווען כמה שעות לפני התחלת המלחמה,
¶60און לדעת כמה האט מען נאך געוואוסט כמה ימים לפני זה, אז מ'גרייט זיך און מ'גייט אנהויבן די מלחמה זו-א זיכערע זאך, וכאמור ווי שוין געדרוקט אויך אין ספרים, אז ביותו היום, נאר כמה שעות לפני זה,
¶61האט מען געוואוסט בדיוק, אז באותו היום איז צוגעגרייט דער צבא משני הצדדים, וואס די צבא סיי פון מצרים סיי פון דער צווייטער זייט גרייט אן ענין אז מ'זאל אנפאלן אויף ארץ ישראל, אויף 'ארץ הקודש',
¶62ו לעם הדרים עלי און אט דעמאלט זיינען געקומען כל אלה וואס זיי זיינען געווען מומחים אין תכסיתי מלחמה, און האבן געזאגט א דבר ברור אז מ'האט בכח,
¶63אז ניט נאר די הסקפא, דער אנפאל, זאל ניט מצליח זיין, נאר אדרבא ער זאל ברענגען צו א מפלה לצד השני תוקף, דורך דערויף וואס מ'וועט מגייס זיין מיט צוגרייטן אידן בהתאם למאמר חזל, הבא איז אט דעמאלט השכם,
¶64ובפרט נאך אויב מ'וועט מאכן א מלחמת תמנה, דאס הייסט ווי מ'וועט רופן דאס אן איז שבת המדינה פראווענטי וואר מ'וועט אנהויבן, מ'וועט מאכן די התקפה וועט זיין מצד בני ישראל,
¶65וואס זיי זיינען גרייט און ס'איז גענוג אט דאס וואס מ'קען מגייר זיין במשך שעות אחדות, וועט מען דעמאלט באווארענען, אז די התקפה וועט ניט מצליח זיין, קען זיין אז מ'וועט זיך דערשרעקן וויסט מען בכלל ניט מאכן די התקפה, אפילו אז מ'וועט מאכן די התקפה וועט זי ניט מצליח זיין, ובמשך שעות אחדות האט מען בכח,
¶66על כל פנים ועל פי חשבון פון תכסיסי מלחמה, אז תמורת התקפה זאל דאס ברענגען צו א מפלה פון צד שכנגד.
¶67וכאמור לעיל בהדגשה, אלע מומחים אין תכסיסי מלחמה בלי יוצא מן הכלל האבן געזאגט אז מ'דארף אזוי טאן, און מ'דארף דאס טאן בהקדם,
¶68און מ'דארף טאן די הכנות לזה, און אף על פי כן די החלטה, וואס די החלטה איז גענומען געווארן דורך די וואס זיי האבן ניט קיין ידיעה אין תכסיסי מלחמה וואס זייער מומחיות איז אין ענינים פון פאליטיקע און פון תכסיסי מלוכה,
¶69וואס דאס איז אמאל בהיפך, און זיי האבן מחליט געווען, נאך דערויף ווי מ'האט אויסגעהערט, און ניט איין מאל נאר כמה פעמים, אז מ'מוז האבן א גיוס גדול, עכ"פ א גיוס חלקי, און מ'מוז האבן המלחמת תמנה א פרעווענטיו וו אר, און מ'האט דאס ניט צוגעלאזן,
¶70און דער טעם איז געווען מ'האט געזאגט אז מ'זאל דאס גלייך איבערגעבן אין ארצות הברית, אין וואשינגטאן, און מ'זאל איבערגעבן, אז מ'ווייס אז דער צד שכנגד שטייט א מגויות און גרייט זיך צו די התקפה,
¶71אבער אידן וועלן קיינמאל ניט ארויס אין א מלחמה תמנה, און זיי וועלן ניט מאכן קיין גיוס מלא, דערפאר וואס דאס קען באטראכט ווערן אז זיי ווערן בארעכנט אלס א גרעס לגמרי ניט פארשטאנדיק, גיוס הייסט ניט קיין התקפה,
¶72אבער דאס איז א מעשה וואס איז געווען בפועל, א מעשה וואס ס'איז שוין געדרוקט אין א ספר און אין כמה ספרים ובכמה לשונות וואס קיינער קען דאס ניט מכחיש זיין.
¶73די תוצאות בזה, ווי געזאגט פריער און ווי גערעדט כמה פעמים, בשעת ס'איז דא א מעמד ומצב וואס איז פארבונדן מיט פיקוח נפש, אפילו פון איין אידן, פון איין סלדת, פון איין איש צבא חיל,
¶74עאכו"כ אז מ'דארף מורא האבן פון ויקוח נפש פון כמה מבני ישראל, איז אט דעמאלט דער איינציקער פוסק על פי ”תורת אמת” און תורת חיים וואס דארף פסק'ענען וואס מ'דארף טאן איז דאס די וואס זיינען מומחים אין תכסיסי מלחמה.
¶75און אט די וואס פארנעמען זיך מיט תכסיסי מלוכה אזוי שטערן זיי און נעמען אויף זיך די אחריות, מצד פאליטיקע און מצד תכסיסי מלוכה, טאן אנדערש נעמט מען אויף זיך די אחריות פון פיקוח נפשות.
¶76וכאמור לעיל, דאס איז ניט אן ענין שבהשרה, נאר דערפאר איז ביז איצטער ניט געוואלט ארויסברענגען מיט די גאנצער שארפקייט, וויבאלד אז די זאך איז נאך ניט געווען געדרוקט, דארף מען זיך אויסהיטן פון רעדן אויף א אידן א דבר בלתי רצוי,
¶77ובפרט אז דאס האט געבראכט צו היפך פון פיקוח נפש פון הונדערטער אידן, אז ס'איז געווען א מעמד ומצב מיט עטלעכע יאר צוריק אויף איבער'חזר'ן דאס, על כל פנים בקיצור, אז ס'איז געווען א חשש בא מומחים אין תכסיסי מלחמה,
¶78אז ס'קען ברענגען צו א ”סכנת נפש, פיקוח” נפש, פון אחד מישראל, א סך מערער פון אחד, פון עשיריות ומאות, אבער ס'איז גענוג אחד, וואס נפש אחת איז אויך אן 'עולם מלא',
¶79און בשעת מ'האט זיך גערעכנט מיט אנדערע חשבונות, און דער עיקר החשבון אז ס'וועט זיין א לחץ פון וואשינגטאן וכיוצא בזה, און מ'דארף אנקומען צו זייער נשק און צו זייער ממון זעט מען צו וואס דאס האט געבראכט אז ס'איז היפך פון פיקוח נפשות פון הונדערטער אידן.
¶80וואס דאס איז צום אלעם ערשטן אז ס'איז א זיכערע זאך, אז יעדער רב בישראל און יעדער פוסק צווישן אידן, וואס ער קען ניט זאגן אז די שאלה איז צו אים קיין שייכות ניט,
¶81ווארום ער האט שוין געזאגט א מיינונג אין אט דער שאלה וויבאלד ער האט שוין געזאגט א מיינונג אין דער שאלה במכל-שכן וקל-וחומר, אפילו אין א דין-תורה פון א פרוטה אחת קען ער זיך משתמט זיין פון זאגן א פסק-דין איידער ער האט אנגעהויבן מיט דער דין-תורה,
¶82לאחרי ווי ער האט אין דערויף אנגעהויבן טאר ער זיך דערפון ניט אפזאגן, אפילו אז מ'האט זיי טאן מיט א גבר עלים וכו ווי דער פסק-דין אין חושן משפט, א פסק-דין ברור,
¶83וואס דערפאר, אט די אלע וואס האבן געזאגט עפעס א הוראה בנוגע למעמד ומצב בדומה לזה, אדער ענין זה ממש, על אחת כמה וכמה די וואס האבן געזאגט א סך מער ווי א הוראה פרטית,
¶84איז א זיכערע זאך אז זיי וועלן זיך מתבונן זיין, און זיכער דארפן זיי ניט האבן צו מיין הוראה והתעוררות בזה, וויבאלד אז ס'איז דא אזוינע, און ליידער אויך פון צווישן אידן,
¶85וואס רעדן וועגן אפגעבן א שעל פון גדע המערבית, פון ארץ ישראל לגבוליתי' פון יהודה ושומרון, און וואס אין דערויף איז ניטא קיין אפשטעל אויב מ'רעדט וועגן יהודה ושומרון איז דאס כולל ירושלים העתיקה, און כולל חופה, און כולל כמה וכמה ובני ברק וכו כולל כמה וכמה שטחים אין ארץ ישראל,
¶86איז ניטא אין דערויף עד כאן ותוב לו מצד די הסברה שבדבר, וועלן זיי דאך נאכאמאל איידער זאגן א הוראה בזה, ואדרבא, וויבאלד אז זיי מוזן זאגן א הוראה בזה, וועלן זיי גלייך זיך נאכפרעגן בא די מומחים אין עניני תכסיסי מלחמה וואס זיי זאגן, צי קען מען אפגעבן עפעס פון גדרי המערבית פון יהודי ושומרון,
¶87אויב זיי ווילן זיך פארלאזן אויף די ידיעות וואס איך האב לאחרי חקירה ודרישה בכמה וכמה איז דאס בדוגמא ווי ס'איז געווען ניט איצטער געדאכט פאר דער מלחמה פון יום הכיפורים,
¶88אז אלע מומחים אין עניני מלחמה בלי יוצא מן הכלל זאגן אז אפגעבן עפעס-וואס אין יהודה ושומרון, ווי ס'ווערט אנגערופן גדע המערבית
¶89וואס כאמור דאס איז אין ארץ ישראל לגבולותי איז ניט רעכנענדיק און ניט טראכטנדיק וועגן פרומקייט און ברית בין הבתרים וכיוצא בזה איז דאס א סכנה אין היקוח-נפש של כמה וכמה מישראל בפועל, לויט די חשבונות פון תכסיסי מלחמה,
¶90לויט די חשבונות פון ”אין סומכין אל הנס”, און לויט די חשבונות פון די וואס זיי זיינען נוגים בדבר.
¶91און ס'איז אינגאנצן האט ער קיין ארט ניט צו פרעגן בא די וואס זיי זיינען פארבונדן מיט תכסיסי מלוכה, ווי דער דין איז אין שולחן ערוך בהנוגע צו בריאות פון איין אבר, פון איין אידן, איז אט דעמאלט איז דארף מען פרעגן ביי א מומחה אין עניני רפואה, ס'איז אינגאנצן קיין נפקא מינה ניט וואס וועט זאגן די גוטע פריינד פון דעם וואס דארף אנקומען צו דער הוראה,
¶92אפילו די גרעסטע גוטע פריינט, על אחת כמה וכמה גוטע פריינט וואס זיי זיינען נוגים בדבר, איז דעתם האט לגמרי ניט קיין תפיסת מקום לויט דעם פסק-דין פון ”תורת אמת”.
¶93די איינציקע פוסקים בזה זיינען דאס רופאים, וואס זיי זיינען ניט נאר רופאים מצד א פאפירל, נאר זיי זיינען זיך עוסק אין עניני רפואה אין זמן הכי אחרון,
¶94וואס דערפאר, אויב ער האט אויפגעהערט זיך עוסק זיין בענינו מאלו כמה וכמה שנים, אפילו אז ער האט זיך פארבונדן מיט תכסיסי מלוכה, און ער זאגט אז ער נוצט אין דערויף אויך תכסיסי מלחמה איז על פי שולחן-ערוך איז דעת רופא האט א תוקף ווען ער איז א רופא וואס ער איז עוסק במקצע שלא בהוה,
¶95וואס דעמאלט איז 'אין חכם כבעל הנסיון' און א רופא בפועל, ישמחי גברא וכיוצא בזה, ניט איר וועט פארלאזן זיין מקצוע כמה זמן, און ווייס ניט וואס ס'איז צוגעקומען אין די ידיעות בדבר, אין תכסיסים שבדבר, בזמן הכי אחרון.
¶96וואס דאס איז דער ערשטער חלק צו די אלע וואס האבן ביז איצטער געזאגט א מיינונג ווי ס'האט געדארפט זיין די הנהגה אין קודם אין מלחמה פון יום הכיפורים, אט די וואס האבן געזאגט ווי ס'דארף זיין אין א הנהגה וכיוצא בזה אין די ימים שלאחרי זה,
¶97וואס במילא זיינען זיי שוין אין דער התחלת הדין בזה מוזן זיי ארויסזאגן זייער פסק דין בגלוי, וואס דערפאר איז קיין צייט ניט אן ענין פון העדר הכבוד חס ושלום צו בעטן זיי על ידי ראדיא וכיוצא בזה,
¶98ועוד ועיקר זיי דארפן ניט האבן מעיין התעוררות, ווארום רבנים ושמחים פירן זיי זיך על פי שולחן ערוך, וועלן זיי זיכער איר אויספרעגן, אויב מ'פארלאזט זיך ניט אויף מעיין ידיעות, בא מומחים לעניני מלחמה וואס זיינען זיך עוסק אין ”תכסיסי מלחמה בזמן הכי” אחרון,
¶99און אויף פרעגן בא זיי אין וואס באשטייט דער פיקוח נפש, אדער נאכגעבן א לחץ פון פלוני בן פלוני במדינה פלונית, אדער נאכגעבן א לחץ פון 'ירא ורך הלבב', די וואס זיינען מומחים אין תכסיסי מלוכה, אדער פאלגן אט די וואס זיי זיינען מומחים אין תכסיסי מלחמה.
¶100ולא יתר שאת, וויבאלד ”המעשה הוא העיקר”, הן חכם כבעל הנסיון זיך נאכפרעגן בפרטיות, וואס איז געווען די תוצאות פון די הנהגה הפכית פון דער דיעה פון די בעלי מלחמה אין די מלחמה פון יום הכיפורים.
¶101בשעת מ'האט געדארפט זוכן א הצדקה אויף בארעכטיגונג, ווי קומט דאס אז מ'האט ניט געפאלגט די מומחים בעניני מלחמה, האט מען געפונען א בארעכטיגונג, אז בשעת מ'האט געזען אז מ'האט געבראכט אויפן ניינטן טאג, צי אויפן אכטן טאג,
¶102נשק פון ארצות הברית האט מען זיך דעמאלט געפרייט, אז אויב מ'וואלט זיי ניט געפאלגט, און ס'וואלט געווען א מלחמה סמנה וואלט מען זיי ניט געשיקט דעם נשק אויפן ניינטן טאג.
¶103וואס אין דער גאנצער הצדקה פעלט דער עיקר, אז ס'וואלט געווען א מלחמה סמנה מ'וואלט געדארפט האבן א מלחמה במשך פון ניין טאג, נאר ווי ס'איז געווען אין די זעקס טאגיקע א אזוי גערופענ מלחמה ס'וואלט געווען א סך פריער דער נצחון גמור,
¶104וואס אויף דערויף איז געווען גענוג דער נשק וואס מ'האט געהאט אנגעגרייט אין די מחסנים אין די פארשידענע ערטער אין 'ארץ הקודש', בפרט נאך אויב די מלחמה תמנה וואלט געווען מיט א שעה פריער, ווארום כאמור, מ'האט ניט נאר געוואוסט בכלל אז מ'גרייט זיך אין א מלחמת התקפה,
¶105מ'האט געהאט א ידיעה ברורה ומכמה צדדים ווען דאס וועט זיך אנהויבן, און מ'האט געהאט די פולע מעגלעכקייט אויף האבן דעם גיוס און האבן די מלחמת מנה, תראווענטי ווי ר כמה שעות לפני זה, וואס דעמאלט וואלט זיך דאס געענדיקט נאך מסתמא על-פי 'דרך הטבע',
¶106אויב די מלחמה שאתה הים איז געווען בדרך הטבע א סך קירצער ווי אין זעקס טעג, און ס'וואלט געעפנקען ענדיקט, כאמור לעיל, אין אן אופן אז ס'וואלט געווען גענוג דעם נשק וואס מ'האט געהאט גענוג אנגעזאמעלט, מ'האט ניט געדארפט אנקומען צו נשק נוסף.
¶107וואס דאס איז, כאמור לעיל, צום אלעם ערשטן, אז יעדער רוב ופוסק וואס ס'האט געזאגט אין דערויף א הוראה עד עד עתה, זאל זיך נאכפרעגן, און זיכער וועלן זיי דאס טאן אזוי, און וויב�
¶108איז דאך דאס זיכער נוגע יעדערער פון זיי ”עד מצוי הנפש”, דארפן זיי ניט אנקומען צו זירוז מאיזה ממי שהוא, על אחת ”כמה וכמה ניסק” צו זירוז ממני,
¶109מערניט וואס איך וויל פארשפארן דער ציילך וואס די מומחים לעניני מלחמה ותחסיסי מלחמה האבן שוין געזאגט, אויב זיי פארלאזן זיך ניט זאלן זיי אליין חוקר ודורר זיין, און וויבאלד אז דאס איז אן ענין וואס ס'גייט אין טעג,
¶110איז יפה ”שעה אחת קודם” ארויסגעבן א פסק-דין ברור לכאן אלו כאן, לויט די חקירה ודרישה וואס מ'וועט מאכן בהקדם הכי אפשרי, ובזירוז הכי אפשרי, בא מומחים לעניני מלחמה.
¶111ובכל אופן גלייך מבטל זיין, אז מ'טאר זיך ניט רעכענען מיט די מיינונג פון די מומחים לעניני מלוכה, ווארום ניט זיי זיינען די פוסקים, ניט זייער דעה איז מחליט בענינים כאלו, און מ'זאל ווארטן איידער מ'וועט עפעס טאן, היפך פון די דעת מומשים בתך סתידי מלחמה,
¶112אויף אפגעבן אפילו א שאל אחד פון יהודה ושומרון, און פון כל ארץ ישראל לגבולותי'ס וכאמור, דא איז נוסף אויפן עיקר מצד ברית בין הבתרים וכו איז דאס אן ענין פון פיקוח נפש ”בפועל למטה מעשרה טפחים” פון כמה וכמה מישראל,
¶113לויט די דיעה ברורה ופסק-דין ברור פון די מומחים לעניני מלחמה.
¶114בהנוגע צו די וואס האבן א דיעה אין דער הנהלת פון דער שקלא וטריא, אין דעם דין ודברים וואס מ'גייט איצטער אנפירן.
¶115וכאמור לעיל, ס'וועט ניט זיין קיין וואונדער, אויב בתחילת הדיון וועט ער שטעלן דער אינו-יהודי דרישות וואס זיי זיינען גאר גרויסע, ווארום דאס איז גאר בדרך הטבע אזוי בשעת מ'דארף זיך דינגען קען מען זיך ניט דינגען בשעת מ'פארלאנגט דעם מיעוט, אדרבא מ'דארף פארלאנגען מערער אויף וויפל מ'וויל מסכים זיין,
¶116איין זאך איז א דבר ברור, אז סיי ער, סיי די וואס זיצן אין וואשינגטאן און אין מאסקוו, סיי די וואס זיצן אין כמה וכמה מדינות, וואס ווערן אנגערופן מדינות ערביים,
¶117זיינען אינגאנצן ניט פארקאכט אז מ'זאל אפגעבן צו שורי אדער צו ירדן אדער צו לבנון א שעל פון יהודי ושומרון, ציילן דערפון גארנישט ניט פארדינען, ואדרבא די יענע וועלן ווערן שטארקער ווערט ביי זיי א מיעוט הדמות שלהם, דער מיוח הכח שלהם.
¶118זיי זיינען אינגאנצן ניט פארקאכט, אז מ'זאל געבן די אזוי-גערופענע פאלעסטינער א מעמד ומצב מיוחד, וויבאלד אז אין מצרים זיינען זיי ניטא, די פאלעסטינער, ניט דארטן זיינען זיי לוחץ, על אחת כמה וכמה אז זיי זיינען ניטא ניט אין ארצות הברית, ניט אין מוצאות הברית,
¶119אט דאס וואס זיי מאנען דאס און דאס וואס זיי רעדן וועגן דעם איז כאמור כמה פעמים א דבר ברור לויט כמה וכמה מומחים אין תכסיסי מלוכה,
¶120אז זיי טוען דאס מצד דעם לחץ וואס זיי האבן אויף זיך, צי דער לחץ פון אויל פון נעפט, צי דער לחץ פון נשק וממון וכיוצא בזה, מוזן זיי ”מן השפה ולחוץ” לוחץ זיין און רעדן אויך וועגן יהודה ושומר, מ'זאל דאס אפגעבן אן אנדער מלוכה, וואס זיי איז דאס אינגאנצן ניט נוגע,
¶121מ'זאל געבן א מעמד ומצב מיוחץ אזוי גערופענע פאלסטיניער, וואס זיי זיינען לוחץ ווי זיי זיינען מבלבל, אנדערע מענטשן, ניט די וואס זיצן אין קאהיר און אלסנדריא של מצרים, ניט די וואס זיצן אין מסקווע אדער אין וואשינגטאן.
¶122וואס דערפאר איז כאמור, וויבאלד אז דאס איז לחץ מערניט ווי לפנים מצד דעם לחץ שעליהם וועלן זיי אליין זיין צופרידן אז מ'וועט זיי זאגן בתוקף, אז דאס איז א זאך וואס קומט ניט אין באטראכט, ווארום דאס שטעלט אין סכנה בפועל, הי' לא תהי,' ירושלים החדשה, ירושלים העתיקה,
¶123בני ברק און בני חדרה און חופה און תל אביו און כפר חב"ד וכו כל ארץ ישראל, וואס דארטן געפינט זיך אדרים עלי' כן ירבו כמה וכמה ”פעמים ששים ריבוא” מישראל,
¶124וואס אט דעמאלט וועלן זיי אליין זיין צופרידן אז זיי וועלן קענען זאגן אז דאס ליגט ניט אין זייער האנט, מ'זאל זיי אויפהערן טומלען, ואדרבא נאך אט דעם מעשה בפועל, אז דער וואס איז געקומען צו פארן, דער אינו יהודי, האט געהאט שוין א לחץ גדול אויף זיך ער זאל ניט פארן,
¶125און אויך א לחץ וואס ער זאל רעדן, און על אחץ, כאמור, געהאט אויך א לחץ פון וואשינגטאן ער זאל ניט פארן, נאר דאס האט ניט מצליח געווען, און כאטש אפילו זיי האבן מסביר געווען,
¶126אז אין פאר אים טענה'ן די טענות וכו און אף על פי כן איז ער געפארן און האט געזאגט אז ער וועט מאנען די טובת כולם וכו' וכו איז דאס אן ענין פון לפנים אים איז נוגע לגרמיהו אט דאס וואס איז נוגע צו מעמדי מצב אין מצרים, אין האלקסדריאות של מצרים, ”אין קא-אירע וכיוצא” בזה, און אלע איבעריקע זאכן איז דאס ”מן הספה ולחוץ”.
¶127און נאך מערער ער וועט זיין צופרידן אז מ'וועט אים זאגן בתוקף די אמיתית הענינים, אז וועגן דערויף איז ניטא וואס צו רעדן, דאס איז אן ענין פון פיקוח נפשות, ווי נפש אחת מישראל איז אן ”עולם מלא”, על אחת כמה וכמה אז דער רעדט זיך וועגן איינע און צענדליקער און הונדערטער און טויזנטער הי' לא תהי' רחמנא ליצלן.
¶128וואס דאס איז אויך די פני צו די אלע וואס האבן א דיעה אין דער שקלא וטריא, אז נוסף אויף דעם עצם הענין, אז וויבאלד אז דאס איז אן ענין פון פיקוח נפש פון איין אידן,
¶129על אחת כמה וכמה פון כל ”ארץ הקודש” לעם ולדרים עלי איז א דבר פשוט, אז מצד פיקוח נפש טאר מען ניט אפגעבן קיין טייל פון יהודה ושומרון, וכאמור לעיל, אז די איינציקע וועג אז מ'זאל שולל זיין די סכנה איז,
¶130אז דאס זאל געזאגט ווערן בתוקף אמיתי, און דאס זאל געזאגט ווערן אין אן אופן וואס דאס וועט זיין באגלייט מיט מעשה בפועל, די התיישבות בפועל, בשעתא חדא וברגעא חדא, על כל פנים ביומא חדא, פון דעם גאנצן גבול המערבי,
¶131כאנץ יהודה ושומרון. און אט דעמאלט איז וועלן די צד שכנגד זיין צופרידן וואס מ'האט אפגעטאן א מעשה בפועל, במילא איז אין אחר מעשה קלום און מ'וועט זיך דינגען וועגן די ענינים וואס זיי זיינען ניט פארבונדן פון פיקוח נפש,
¶132וואס דאס איז די ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט ענינים וואס ליגן אין מדבר ”סיני וכיוצא בהם”, און אויך דארטן גופא לאחרי השאלה חקירה פון די מומחים לעניני מלחמה וואס וועט ניט אנרירן אין בטחון און וואס וועט יא אנרירן אין בטחון.
¶133כאמור כמה פעמים, דער גאנצער ענין האט קיין שייכות ניט צו ”אתחלתא דגאולה” על אחת כמה וכמה ניט גאולה, ווארום מ'געפינט זיך אין חושך כפול ומכופל פון עקבתא דמשיחא פון ימי הגלות,
¶134איינע פון די ראיות בזה איז דערפון גופא אז ס'איז דא מציאות פון אידן וואס זיי דערשרעקן זיך פאר ”קול עלה נדף” ובסתר לבבם, און אויך בחשאי האבן זיי שוין מרמז געווען,
¶135אז מ'קען רעדן אפילו וועגן אפגעבן א טייל אדער אינגאנצן אדער באיזה צורה שיהי' פון ירושלים העתיקה, צוזאמען מיטן מקום המקדש,
¶136מהר הבית מיט אבן שתי' וכו' וכו וואס אף על פי וואס די ”כניסה להר הבית” איז אסורה בהחלט ובלי שום ספק, אבער ביחד עם זה איז דאס מקום מקדשנו, און ווי ער זאגט אין מדרש אויף כותל המערבי, אז מעולם לזזה שכינה מכותל המערבי.
¶137וואס כל זמן אז דאס איז געווען בא א ניט-אידן, ברצון הבורא, איז געווען אן אנדער חשבון פון לא תעלו בחומה בשעת דער אויבערשטער האט דאס אפגעגעבן אין אידישע הענט, איז א זיכערע זאך אז מ'טאר דאס ניט אפגעבן.
¶138ובפרט נאך אז דאס איז ניט אן ענין פון פרומקייט, דאס איז אן ענין אז מ'טאר אפגעבן אן ענין אין ירושלים העתיקה, שטעלט מען אין פיקוח נפשות ממש אלע אידן וואס געפינען זיך אין ירושלים העתיקה,
¶139אויך אידן וואס געפינען זיך אין ירושלים אזוי גערופן החדשה וכו און דער עיקר והוא העולה על כולנה אויב מ'וועט נאכגעבן אין די ענינים וואס מ'טאר ניט נאכגעבן איז דאס ניט א וועג אויף פארהיטן פון מלחמה רחמנא ליצלן, ווי מ'האט דאס געזען אין שלשה פעמים ”הוה חזקה אין” די אלע מלחמות ניט איצטער געדאכט לפני זה,
¶140איז דאס געווען א שלב און א צוגרייטונג אויף געבן מערער חוצפי דעם צד שכנגד די אומות העולם וואס זיי זיינען ניט פון אבי ישראל, אז זיי זאלן גלייך אנהויבן א הכנה צו א כיבוש נוסף שלהם,
¶141ביז אין אן אופן פון כל הענין, כל 'ארץ הקודש', וואס אין כאן המקום להאריך בדבר המבהיל, מערניט ווי צו מוסיף זיין די נקודה כללית, אז דאס וואס ס'האט געטראפן לאחרונה, על ידי אינו בעל בחירה, באווייזט ”מורא באצבע ואומר” ראה,
¶142אז בשעת א איד וועט זיך שטעלן בתוקף, און וועט זאגן אט די פון וועמען ער באקומט אפילו די וואס באקומט פון זיי נשק, באקומט פון זיי ממון, באקומט פון זיי ”סבר פנים יפות”, בארקומט פון זיי כמה וכמה ענינים האט דער ניט-איד באוויזן, אז בשעת מ'זאגט בתוקף ווערט מען דעמאלט דער מנהיג וואס חוזרים על פתחי און מ'פרעגט זיך נאך וואס רעכנסטו טאן ווייטער?
¶143וכאמור, אז טויסט ס'זאל ניט זיין דער המשך מיט אים, צי וועט אים מצליח זיין צי ניט מצליח זיין, אבער די הוראה האט מען שוין א הוראה ברורה בפועל, אז א איד דארף זאגן בתוקף, אז דאס איז ארץ ישראל לגבולותי און דארט געפינען זיך כמה וכמה ”פעמים ששים ריבוא” מישראל,
¶144וואס אויב מ'וועט אפגעבן חס ושלום רחמנא ליצלן א שאל פון יהודי ושומרון, אויב מ'וועט ניט באזעצן דעם כל הגבול המזרחי פון ארץ ישראל, וואס דאס איז די גדה המערבית פון ירדון, מיט בני ישראל און מאכן דארט, כאמור לעיל בארוכה,
¶145מזבח להוי אז מקום תורה, א מקום תפילה, א מקוה טהרה 'לימוד התורה' והמצוות, וואס דעמאלט זאגט דער אויבערשטער ושכנתי בתוכם אז דער אויבערשטער געפינט זיך דעמאלט.
¶146איז אט דאס איז די איינציקע וועג פון פארמיידן מלחמות מכאן ולהבא.
¶147וכאמור דאס באמיתתו איז ניט מ'גייט ”על ידי זה נגד” אט די אומות העולם וואס זיי העלפן ארויס אידן, זיי ווארטן אז מ'זאל ניט איבער'חזר'ן די טבתים שלפני זה אויף נאכגעבן זיי אין אן ענין וואס זיי אליין זיינען געווען איבעררשט פארוואס מ'האט דאס געטאן,
¶148וויסנדיק אז דאס איז היפך הטובה בגלוי ו”למטה מעשרה טפחים” פון אידן, אדרבא, זיי וועלן זיין צופרידן אז זיי וועלן קענען ענטפערן די וואס לא חצים עליהם, אז זיי קענען אין דערויף גארנישט ניטא, ווארום ”כבר נעשה מעשה”.
¶149וואס דער סיכום בדבר, וואס כאמור לעיל, דער חלק ראשון איז מען ניט בטוח צי מ'האט געווייסט גענוי וואס דער אינו-יהודי האט, פארוואס ער מיינט ער האט דאס געטאן, א זיכערע זאך אז ער האט דאס געטאן מיט א דשגחה פרטית,
¶150ומצד די הוראה וואס דערפון קומט ארויס ביי אידן, אז די אידן וואס זיי קענען עפעס אויפטאן בנוגע צו די שקלא-וטריא, על אחת כמה וכמה בנוגע לפועל, דארפן זיי זיך שטעלן בתוקף און דורכפירן בפועל אז ארץ ישראל לגבולותי כל שעל ושעל שבה געהערט דאס צו אידן,
¶151בפרט נאך די רבנים וועלן זיכער ארויסגעבן דעם פסק דין לאחרי חקירה ודרישה בא די מומחים אין תכסיסי מלחמה אויך באופן המתאים לויט ווי זיי וועלן אויסגעפינען לויט זיי שקלא וטריא בדבר.
¶152און אט דעמאלט וועט זיין שלום בארץ, ביז ”אפילו חרב של שלום” לא תעווער בארציכם, און מ'וועט זיין אין די לעצטע טעג פון גלות אין אן אופן פון ושכפתם בו ”ואין מחריד” אין ארץ ישראל אויך ושכפתם 'ואין מכריד' ביי אידן וואס געפינען זיך אין חוץ-לארץ,
¶153און ניט שרעקן זיי, אז דורך דערויף וואס זיי וועלן זאגן דעם אמת'ן ווארט וועגן ארץ-ישראל וועט ווערן ברוגז אין עיר הביאור אין וואשינגטאן, און דערפון קען ארויס א רוגזא צווישן דער וואשינגטאן מיט די אידן וואס געפינען זיך אין ארצות הברית, ווי מ'האט דאס געזען בפועל,
¶154אז בשעת מ'האט געזאגט אין וואשינגטאן א דבר ברור, אז איצטער האט זיך געביטן די לאגע און מ'דארף אראפנעמען דעם לחץ פון אויך זיין אויף ארץ ישראל, האט מען שוין געזען בפועל, אז מ'האט א גרויסן טייל פון דעם לחץ שוין אראפגענומען, ואדרבא מ'האט נאך צוגעזאגט נאכמערער, נוסף אויף די הבטחה שלאחרי זה.
¶155ואוד ועיקר, אז כל ענינים של שמע און כל ענינים של חשבונות, וואס ס'וועט זיין, אויב ס'וועט זיין און ווי ס'וועט זיין, און ווי ס'ווייזט זיך אויס על פי חשבון פון א בשר-ודם זיי האבן זיי קיין ממשות ניט לגבי עבדי און בריא וואס ס'וועט זאגן כל אחד ואחד מבלי יוצא מן הכלל, און מומחים לעניני מלחמה, לתכסיסי מלחמה,
¶156אז אפגעבן אן ענין אין יהודה ושומרון, אין הגדה המערבית פון ירדון שטעלט עס אין סכנה ממשית, כמה וכמה נפשות פון בני ישראל הי' לא תהי', און מ'דארף גאר ניט אנקומען צו ידיעה עתה ווי מ'האט דאס געזען בפועל, ליידער האט דאס געקאסט הונדערטער קרבנות, ה' יקום דמם,
¶157פון די וואס זיינען אומגעקומען אין די מלחמת פון יום הקדוש, מלחמת יום הכיפורים, ה' יקום דמם.
¶158ויהי רצון, אז מ'זאל יוצא-זיין אין מלחמה בדברים, אין שקלא-וטריא וכיוצא בזה, און ס'זאל זיין בשעתא חדא וברגעא חדא וביומא חדא די החלטות טובות, ”לקח טוב נתתי לכם” על פי תורתינו.
¶159וואס ווערט אנגערופן לקח טוב און דאס זאל אראפקומען בפועל ובטוב, אז אין די לעצטע טעג פון גלות בכל מקום ומקום וואו אידן געפינען זיך, סיי אין 'ארץ הקודש' סיי אין חוץ-לארץ, זאל יעדער איד זיין אין אן אופן פון ”וכל בני ישראל הי' אור במושבותם” בדוגמא ווי ס'איז געווען דעמאלט נאך זייענדיק אין מיצר הגלות,
¶160אזוי אויך בימינו אלו, און מ'וועט זיך גרייטן לגבולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס ער וועט מאכן ”קץ שם לחושך” צו חושך הגלות,
¶161און דעמאלט וועט זיך אנהויבן די ”אתחלתא דגאולה” וואס איבנה בית המקדש במקומו און דערנאך וועט זיין ”ויקבץ נדחי ישראל ווארום הרי זה משיח ודאי” ובקרוב ממש.