transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1דער חיים ורח. אף
¶2על פי וואס די גמרא זאגט דאך אויף ”פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ברבים היו עמדי” אז אין דערויף איז דא דריי ענינים וואס זיי זיינען דריי עבודות, דער ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים” ומתפלל אים הציבור, און דורך דערויף טוט זיך אויף דער ”פדה בשלום” נפשי,
¶3וואס דאס איז פארבונדן מיט דער גאולה פון יו תת כסלו, ווי דער אלטער רבי שרייבט אין דער אגרת שלו, אז ווען איז אנגעקומען די בשורה טובה ווען ער האט געזאגט דעם פסוק ”פדה בשלום נפשי” וקודם איידער ער האט זיך אריבערגעגאנגען צום צווייטן פסוק, וואס אין דערויף איז דאך די הדגשה, אז די גאולה איז במיוחד פארבונדן מיט דעם פסוק,
¶4איז דאך פון די אלע דריי זאכן וואס מתפלל אין א ציבור און ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים” איז דאס וואס ס'איז דעמאלט געווען בפועל איז געווען די אמירת הכתוב ”פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ברבים היו עמדים”.
¶5וואס אף על פי וואס די הכנה צו דער ”פדה בשלום” איז דאך געווען א זמן לפני זה ווי מ'זעט דאך דאס פון די סיפורים בנוגע לפעולות בדרך הטבע, ועל דרך זה צו די פעולות רוחניות,
¶6דערפון גופא אבער וואס דער אלטער רבי איז מדגיש במכתבו, אז די בשורה טובה בפועל, און דאס איז דאך געווען אן ענין פון דער בשורה פון דבר מלך, וואס 'אין להשיב', וויבאלד אז דער מלך האט גע'פסק'נט דעם שחרור, איז דאך דאס אן ענין וואס דאס איז שוין בפועל.
¶7איז מיט וואס איז דאס פארבונדן?
¶8מיט אמירת הכתוב ”פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ברבים היו עמדים”.
¶9וואס כפשוטו איז דאך דאס ניט אן ענין פון 'עוסק בתורה', ניט אן ענין פון עוסק 'בגמילות חסדים', ניט אן ענין פון מתפלל אים הציבור.
¶10מתפלל אין הציבור איז ער דאס ניט, ער איז דאך דעמאלט געווען אין מעשרו א יחיד בחדרו, און ס'איז דאך ניט געווען אין ענין פון תפילה,
¶11ס'איז ניט געווען דער עסק 'בגמילות חסדים', ווארום בשעת אמירת תהלים איז דעמאלט איז ניט געווען קיין זולת מיט וועמען ער זאל גיין מלחסד זיין, ועל דרך זה אויך בנוגע צו ”עסק בתורה”,
¶12וואס אף על פי וואס דער אלטער רבי האט געזאגט תהלים, האט ער דאך זיכער אריינגעטראכט אין פירוש המילות, איז בדוגמת דבר וואס ס'ווערט דאך געבראכט אין אחרונים, אויף דערויף וואס די גמרא זאגט צי מקרא מגילה איז דוחא תלמוד תורה, איז דאך ידוע אויף דערויף די קשיא, אז מקרא מגילה אליין איז דאך תלמוד תורה?
¶13ענטפערט מען, אז וויבאלד אז ער איז ראיו צו 'לימוד התורה' בעיון ובהעמקה, איז דער אופן פון מקרא המגילה ווערט ניט אנגערופן בערכו דער ענין פון תלמוד תורה, און אויב ער איז מפסיק ממשנתו בהעמקה והסברה הייסט דאס אויך תלמוד תורה.
¶14וואס דערפון איז דאך אויך פארשטאנדיק בהנוגע ווען דער אלטער רבי האט געזאגט תהלים בדבקות ובפירוש המילות וכולי, קומט דאך דאס ניט צו דעם אופן ”העוסק בתורה שלו” ווען ער האט געלערנט תורה.
¶15וואס לכאורה, ווי שטימט דאס מיטן גאנצן ענין וואס די רביים די נשיאים אין מאמרי פון י'ט' כסלו פארבינדן דאך דעם ענין הגאולה מיט דעם דרשת חז זל ”על הכתוב פון פדה בשלום נפשי” וואס דאס איז דאך מיוסד אויף דער אגרת וואס דער אלטער רבי פארבינדט דאס מיטן פסוק.
¶16און ווי מ'זעט בפועל, ווי איז דאס אויסגעקומען?
¶17אז לכאורה איז בשעת מעשה, וואס דאס האט געבראכט די גאולה בפועל איז געווען ניט דער ענין פון נוסק בתורה, ניט דער ענין פון ”נוסק בגמילות חסדים”, ניט דער ענין פון מתפלל אים הצילה.
¶18וואס איז דער ענין פון תהלים?
¶19איז דאך דאס ווי די גמרא זאגט אין אנהויבס ברכות איז דאס אט דאס וואס דוד המלך האט געזאגט 'שירות ותשבחות', ווי ער איז דארט מחלק, אז ס'איז געווען די סדרים בא דוד המלכ'ן ווען ער איז געווען ”עוסק בתורה” על מנת ”לטהר אשה לבעלה”, און ווי די מפרשים זיינען דאס מפרש, אז אשה לבעלה גייט דאס אויף כנסת ישראל לבעלת ”זה הקב"ה”,
¶20און דערנאך איז געווען די צייט פון ”אמירת שירות ותשבחות”, וואס דאס איז דער ענין פון תהלים.
¶21וואס ”אמירת שירת וששבחות” איז דאך דאס דער ענין התפילה.
¶22וואס דאס איז דאך אויך די בקשת דוד, וואס ווי ער זאגט אין מדרש תהלים, אז י' רצון אים רפי אז דוד האט געבעטן ונתמלאה בקשתו אז אמירת תהלים זאל זיין נחשב כנוגעים ויהבות.
¶23וואס דאס גופא ווי דערפון גופא איז דאך מובן, אז דאס איז ניט אן ענין פון לימוד תורה, נאר דאס איז אן ענין וואס איז פארבונדן מיט תפילה, ס'איז דאך אבער דא תפילה וואס דאס איז תפילה אליין, און ס'איז דא תפילה ווי דאס איז פארבונדן מיט תורה, וואס מ'מאכט פון תורה מאכט מען תפילה, און פון תפילה מאכט מען תורה.
¶24וואס אזוי איז דאך געווען בא דוד'ן, האט ער גענומען זיין תפילה, וואס דאס איז ”אמירת שירות ותשבחות”, ”חצות לילה הקים להודות לך”, און דערפון איז געווארן א חלק פון ארבעה ועשרים, א חלק פון תורה, אז פון תפילה פון כללות ישראל, וואס דוד האט דאך געזאגט די תפילות בשם ”כל אחד ואחת מישראל”, איז דערפון געווארן תורה,
¶25און דערנאך האט מען מתקן געווען, אז בשעת מ'וועט זאגן תהלים אלס א ענין פון תפילה זאל דאס זיין נחשב כנוגעים והלות, אז מ'נעמט פון תורה און מ'מאכט דערפון תפילה.
¶26וואס דער חילוק פון תפילה און תורה בכללות איז, אז תפילה איז דאס אן ענין פון 'עבודת האדם', וואס דערפאר זאגט ער דאך אין זהר, אז סולם מוצא וארצה וראשא איז מגי' השמיימה ”סולם דא צלותא” דאס איז דער ענין התפילה,
¶27און וואס ענינה איז, אז ס'הויבט זיך אן פון מוצב ארצה מ'הויבט אן פון תכלית השפלות, אז ער האט אפילו זיך נאך ניט געוואשן די הענט,
¶28וואס במילא איז טומאה שאורה על אצבע אותיו לפחות און מ'הויבט גלייך אן מיט ”מודה אני לפניך” וואס דאס איז דאך התחלת התפילה, און אפילו אין תפילה גופא איז דאך דא די ”ד' שליבות שבסולם” התפילה פון 'הודו לה'' קירו ושמו,
¶29וואס דאס איז דאך אן ענין וואס אידן זיינען ניט אויסגעטיילט, דערפאר זאגט מען דאך גלייך הודיעה ועמים הלילותיו דאס איז אזא דרגא אין תפילה וואס איז שייך צו אומות העולם אויך,
¶30און דאס איז די התחלה פון א אידן ווי ער כאפט זיך אויף פון שלאף, און דארף זיך ערשט אויפבויען, ווי ער זאגט אין שולחן ערוך אז דעמאלט איז דאס א בריה חדשה, און א איד דארף דאך אלץ האבן על ידי עבודתו, ניט אין אן אופן פון מתנה,
¶31וואס דעמאלט איז דאך דאס ”נהמא דכסופא” איז יעדער טאג הויבט ער אן מתחילה שלא את אני גוי ער הויבט אן ארויסקריכן פדעני מבין אומות העולם, און דערנאך גייט ער מדרגא לדרגא בתחילתו,
¶32בתחילה עבודת התפילה, וואס הודיעה ועמים און דערנאך ברוך שאמר וואס דאס איז שוין בשם הוא מלכות, און דערנאך נאך העכער ביז וואנענט ער קומט צו די שליבה העליונה הרביעית, וואס דאס איז שמונה ”עשרה, כאמור אין” דעם מאמר,
¶33אז דעמאלט שטייט ער בעמידה ובקריאה והשתחויה ”כעבדא קמי מרי” ער איז ניט קיין מציאות פאר זיך, נאר אדנות שפתי תפתח אז ניט ער רעדט, נאר ווי פי יגיד תהילתיך ס'ווערט נמשך על ידי פיו אט דאס וואס אדנ"ה האט פותח געווען שפתם.
¶34דער ענין פון תורה איז א פארקערטער סדר דאס איז אן ענין וואס גייט 'מלמעלה למטה' ס'איז דאך ”נתן לנו את תורתו” פריער איז דאס תורתו של הקב"ה,
¶35וארי' אצלו שעשועים, און ”ונעלמה מעין כל חי”, און דערנאך איז ”וירד הוי' על הר סיני” ”ונתן לנו את תורתו” ביז וואנענט דאס איז אראפגעקומען אין קמוץ אלף אה פאר קטנים שבישראל, וואס דאס איז התחלת החינוך שלהם,
¶36וכמבואר בספרים, אז דאס פארבינדט זיי מיטן אנכי וואס תחילתו איז דער קמוץ אלף אה פון דעם אנכי.
¶37וואס דאס איז דאך מערניט ווי בגדר פון 'נמנה הנמנאות' פארבינדן דעם תכלית העומק וואס ס'איז דא אין תורה בכלל, וואס כללותו איז דאך דאס עשרת הדברות, וואס כללות עשרת הדברות איז דאך דער דיבר הראשון וואס ”מפי הגבורה שמינה”, וואס כללות דיבר הראשון איז דאך טובה ראשונה אנכי,
¶38וואס דער ראשי-תיבות, וואס ס'ווערט דאך אנגערופן בשם ראש, על דרך ווי ראש איז כולל כל האברים, אזוי איז דער ראשי-תיבות כולל כל הטובה, איז דער אלף פון אנכי מיטן קמוץ אלף וואס דאס ווערט א איז דאס איז כולל ”כל התורה כולה”, לים קו ולכל עניני ה, און דערמיט הויבט זיך אן התחלת הלימוד מיט א קטן שבישראל,
¶39פון קמץ אלף אב, וואס דאס איז מערניט ווי בגדר אן ענין פון תורתו של הקב"ה קען דאך זיין חיבור פון למעלה ”שאין למעלה הימנו” ביז למטה ”שאין למטה הימנו” תחילת הלימוד פון א קטן בישראל.
¶40וואס בכללות איז דאס, וואס ס'הויבט זיך אן ווי גערעדט פון וארי' אצלו שאשועים אז ”קדמו אלפים שנה לעולם” און דערנאך קומט דאס אראפ למטה ניט נאר אין שמים נאר אין לא בשמים ביז אין ארץ,
¶41און אין וואס פאר אן ארץ האט מען דאך דאס געגעבן ניט אין אן ארץ ישוב, וואס דארט קען דאך זיין א ישוב לבני אדם נאר דוקא אין א מדבר, און אין וואס פאר א מדבר?
¶42ניט סתם א מדבר, וואס ס'איז מערניט א שלילת דירת אדם, נאר אדרבא א מדבר וואס ער איז היפך פון דירת אדם, ווי ער איז מבאר אין בכתוב אז ס'איז געווען א ”מדבר גדול ונורב, נחש שרף ויקרא וצמאון אשר אין” מאיר,
¶43און דוקא אין תחתון ”שאין למטה הימנו” האט מען דארטן געגעבן דעם תכלית העילוי וואס ס'קען זיין, וענן ”נפשי כתבית יהבית” וואס דאס איז דאך דער ראשי-תיבות פון אנכי, ווי די גמרא זאגט אין שבת.
¶44און אט דאס איז די עבודה פון אידן, ווי גערעדט פריער דעם ענין פון ”פדה בשלום” אז מ'דארף נעמען די אומות העולם, וואס דאס איז דאך דער ענין וואס שלטונם וחיותם איז דאך דערפון די ע' שרים, כמבואר במאמר המדריגה שבזה,
¶45און אט די אומות העולם וואס זיי שטייען ניט אין א מעמד ומצב ווי קליפה, וואס זי איז שומר לפרי, על דרך ווי ס'איז געווען קודם החטא, ווי ער איז מבאר אין שלם, נאר ס'שטייט אין א מעמד ומצב וואס קוב ה' אני ובנוק געפינען זיך דארט אין גלות,
¶46בין שבעים זהבים איז מאכט מען דערפון דער פדעני אז ”לי ולבנים מבין אומות העולם”, און אין וואס פאר אן אופן פון בשלום אז אות ”אהפוך אל כל העמים שפה ברורה לעבדו כולם שכם אחד”.
¶47אז ניט דאס בלייבן אומות העולם, נאר ס'ווערט ”לעבדו שכם אחד”.
¶48אמת טאקע, אפילו דעמאלט ווערן זיי אויך אנגערופן ”ועמדו זרים ורעו צאנכם” בשם זרים אבער דאס איז דאך זרים בערך בני ישראל, ובדוגמת הקליפה ווי זי איז פארבונדן מיט דעם פרי וואס דעמאלט איז זי דאך אויך אין א גדר פון ענין של אכילה.
¶49וכמבואר בסיום פון שיסי סדרי משנה בהנוגע די דינים בזה.
¶50און וויבאלד אז די גאולת פון דעם אלטן רבי'ן איז דאך געווען פריער בהנוגע ללימוד התורה, אז ס'זאל ניט זיין צוויי באזונדערע לימודים, איין לימוד וואס ער איז שייך ”לכל אחד ואחד” אט דער לימוד וואס איז פארבונדן מיט נגלה דתורה מיט הווי"ת העולם,
¶51הוי"ת הבי' ורבו, וואס די גמרא רופט דאס אן בשם ”דבר קטן בערך” מעשה מרקלה, וואס פארוואס ווערן זיי אנגערופן בשם 'דבר קטן' דאס איז דאך חכמתו של הקב"ה ”ונעלמה מעין כל חי” אבער זי איז אראפגעקומען דא למטה און האט זיך אנגעטאן אין תעניות,
¶52ווי ער זאגט אין תניא אז ”זה אומר כך וזה אומר כך”, ביז וואנענט אז ס'קען דאך זיין אז איינער פון זיי איז אומר שקר, און אין דערויף האט זיך אנגעטאן 'חכמת התורה' אויף מברר זיין וואס איז די טענת אמת און וואס איז די טענת שקר און ווי ס'דארף זיין דער דין.
¶53וואס מצד דערויף דארף מען דאך האבן אימעצן וואס ער האט עפעס א שייכות צו די ענינים, וכידוע דער סיפור וואס דער רבי דער נשיא האט דערציילט, בנוגע אז מלאכים געפינען פנטפל אין גן עדן ווייסן זיי ניט וואס דאס איז, ביז וואנענט מ'איז זיי מסביר, אז ס'איז דא אן ענין הרגל גשמי און א פנטפל גשמי,
¶54און דאס קען א איד קען דאס ארויפברענגען אין גן עדן, כמבואר בארוכה בשיחה זו.
¶55ביז וואנענט אז אפילו אין נגלה גופא געפינט מען דאך, אז ס'איז זייערע צם די צוויי גירסעס אדער ארבעים תענית, ער זאל פארגעסן תלמוד בבלי כדי ער זאל קענען לערנען תלמוד ירושלמי,
¶56דערפאר וואס די קשיות און דער פלפול פון תלמוד בבלי וואס ווערט אנגערופן ”במחשכים הושיבני” האט דאס אים געשטערט צו ישרות הסברא אין דעם לימוד ווי ס'איז געווען אנגענומען ”אין חכמי ירושלים, אין חכמי” ארץ-ישראל.
¶57וואס דאס איז דאך אין נגלה גופא, עאכו"כ דער לימוד הנגלה בערך פון לימוד הנסתר 'פנימיות התורה', וואס ווי ער זאגט אין ראי' מהם נעינתו ווערט דאס אנגערופן בשם ”אילנה דחי” איז דאך מבאר דער אלטער רבי, אז דער פירוש איז, אז סיי נגלה און סיי 'פנימיות התורה' זיינען ביידע חכמתו של הקב"ה,
¶58די 'פנימיות התורה' האט זיך אבער אנגעטאן מערניט ווי אין ”אילנא דחי” זי טוט זיך ניט אן אין טענות שקר, מברר זיין וואס איז שקר וואס אמת, נאר דער בירא טוט זיך אפ בדרך ממילא, על דרך ווי ס'איז געווען ”בימי שלמה, וואס קיימא סיהרא באשלמותא” אז ער האט ניט געדארפט פירן קיין מלחמים, אט די ניצוצית הקדושה, דאס וואס ס'האט געהערט צו אים האט מען געבראכט ברצון הטוב פון אומות העולם.
¶59נגלה דתורה וואס זי איז פארבונדן מיט קשיות ומחלוקת, וביחוד ווי אין תלמוד בבלי ווערט אנגערופן אילנו די טוב ורע על שם התלה פשוטה אין טוב ורע אין אן עמקות מברר זיין די ענינים וואס זיי זיינען ניט ווי על פי האמת.
¶60איז דאך געווען א זמן ארוך וואס דעמאלט איז געווען דער סדר אז דאס איז געווען שני ענינים, ס'איז געווען דער זמן פון לימוד הנגלה און דער זמן פון לימוד 'פנימיות התורה',
¶61ביז וואנענט אז בא אידן גופא איז געווען אזוינע וואס האבן געהאט א שייכות צו נגלה דתורה וואס דאס זיינען געווען אלע, בהנוגע צו לימוד 'פנימיות התורה' איז דאך ווי ער זאגט אין אגרת הקודש איז געווען די ”דורות הראשונים” וואס האט געהאט א שייכות בעיקר צו יחידי סגולה.
¶62דערנאך איז ווי דער רבי שרייבט דאס חסף הוי' און ס'איז געווען דער גילוי פון האריז"ל, וואס ער האט געלערנט מיט תלמידיו יחידי סגולה, און האט אנגעזאגט, און ווי דער ”ר' בחיים ויטאל” שרייבט בארוכה אין דער הקדמה לשאר ההקדמות, אז מ'זאל וויסן זיין אז די הפצת המעינות, אן דערויף הענגט אפ דער ענין הגאולה,
¶63און ווי ער רעכנט דארט אויס די אלע סוגים און די טענות וואס מ'האט בזה, זאל מען וויסן זיין אז דאס פארלענגערט רחמנא ליצלן די גאולה כמבואר שם בארוכה, מיוסד על דברי הזהר, וואס אט דעמאלט איז דאך ווי דער אריז"ל האט געזאגט, ומבואר בכמה מקומות, איז געקומען די צייט וואס ”מצוה לגלות זאת החכמה”
¶64וואס אין דערויף גופא איז דאך געווען דרגות אין דעם אופן פון גילוי זאת החכמה וואס פריער איז דאס געווען אין אן אופן הלימוד, וואס איז געווען ניט קיין שייכות און ניט קיין דוגמא פון לימוד הנגלה דתורה,
¶65ביז וואנענט ס'איז געקומען די צייט אז ס'האט געדארפט זיין ”יפוצו מעינותיך חוצה” ווי דער בעל שם טוב שרייבט באגרת הקודש שלו הידוע, וואס ביי אן אדם חוצה איז דאך דער ענין פון זיין 'הבנה והשגה' איז דאך דער חוץ פון זיין 'עצם הנפש'.
¶66ווארום א מענטש ווערט דאך געבארן בנפשו גלייך ברגע צאתו לעולם, אדער ווי די גמרא זאגט מיט עודיעות בזה משעת פקידו אדער שפעטער, וואס דאס איז דער עצם נפשו, דערנאך איז אבער דא ווי דאס קומט אראפ בגלוי איז דא אין דערויף כמה דרגות, ביז דאס שטעלט זיך אוועק אין 'הבנה והשגה', וואס דאס הויבט זיך אן פון י' ג' שנה, ווארום א קטן איז דאך לא בדיעו.
¶67וואס אט דעמאלט ווערט דער 'עצם הנפש' קומט ארויס אין דעם חוצה פון נפש, אין דעם השכל שבמוח שבראש, אין אן אופן פון 'הבנה והשגה'.
¶68און מ'האט געמאנט, אז דאס זאל זיין מיט מעיינותיך וואס א מעיין איז דאך דאס דער מקור, ”מקור מים חיים” וואס דאס איז דאך פנימיות איז דאך אלעמאל א מקור אויף חיצוניות.
¶69וואס אט אזוי איז אויך אין תורה, וואס איז דאך דא דער מעיין שבתורה און דאס וואס ווערט נתפשט בעליי חוצות דער ענין פון נגלה דתורה.
¶70און בשעת ס'איז געקומען די צייט פון יפוצו מעיינותיך חוצה איז אט דעמאלט אויך געקענט זיין די שני אופנים, אז מ'זאל לערנען דאס באזונדער און דאס באזונדער איז געקומען דער אלטער רבי און האט געזאגט אז ס'דארף זיין דער ”פדה בשלום” מ'זאל מאכן שלום מן 'לימוד התורה' וועט דערנאך אראפקומען שלום,
¶71ווי די גמרא זאגט אין סנהדרין אז לומד תורה לשמה איז אותו ”שלום בפמליא של מעלה, ובפמליא של מטה” איז דאך דער אלטער רבי מבאר די פמליא של מטה אין דער מלחמה פון די 'נפש האלקית' 'ונפש הבהמית', ווי אין די דרושים פון לקוטי תורה אין מטה.
¶72וואס אט דאס האט זיך אנגעהויבן דער סדר פון דעם אלטן רבי'ן אן, אז לימוד 'פנימיות התורה' זאל זיין ניט על דרך ווי ס'איז געווען דער לימוד הקבלה בדורות שלפניו, נאר דוקא אין אן אופן פון 'הבנה והשגה' ושקלא וטריא,
¶73ומדוגמאות ומשלים פון 'כחות הנפש', ביז ענינים שבעולם, כמובא בארוכה אין תורת חסידות חב ד, און אט אזוי אויך אין תורת הנגלה,
¶74איז אין דעם לימוד הנגלה זאל ער קומען ”מאימתי קורין את שמה” ווי דער מגיד'ס זון האט געטייטשט מאימתי פון לשון אימה ויראה, אז 'לימוד התורה' דארף זיין ”באימה וביראה וברסת ובזיע”, און דאס איז די התחלת כל תורה שבעל פה מיט דעם אימתי.
¶75וואס דורך וואס קומט ער ליראת ה'?
¶76זאגט ער דאך אין רמב"ם כיצד יבוא לאהבתו וליראתו על ידי שיתבונן בגדולתו, און ווי ער זאגט דערנאך במעשיו וידע וואס דאס איז דאך דער ענין פון חכמה און בינה און דעת, ווי ער זאגט אין יסודי התורה, און פון דעם מאימתי הויבט ער אן לערנען די גאנץ תורה שבעל פה, וואס דארט איז נתבאר געווארן תורה שבכתב לאמיתתו ולבורי' ולאומקום.
¶77וואס אט דעמאלט ווערט דער ”פדה בשלום” אין תורה, אז מ'מאכט שלום אין אילני דחיי און אין אילני דטובה רב פון תורה, קומט דאס דערנאך אראפ אין שלום בעולם,
¶78בעולם ”קטן זה האדם” צווישן דעם נפש אלקית און 'נפש הבהמית' שבאדם, ביז דאס קומט אראפ אין שלום, אין נגלה דתורה כפשוטה, ”פדעני לי ולבני מבין אומות העולם” אין אן אופן פון שלום.
¶79וואס די הכנה לזה דארף זיין אין דעם ענין פון נוסק ”בתורה ובגמילות חסדים” ומתפלל אים הציבור, וואס דאס איז דאך די תקנות וואס דער אלטער רבי האט זיי פארבונדן מיט דער גאולה, ווי ער זאגט אין סיום פון תניא אין אגרת קונטרס אחרון, אז ס'דארף זיין דער ענין פון נוסק בתורה, וואס ער דערמאנט דארט די חלוקות השעת,
¶80און אויך דערמאנט ער דאך דארטן דער ענין פון תמני אפה, און דער ענין פון שבת, וואס דאס איז דאך דער ענין פון תפילת של כל השבוע, דאס איז דער ענין פון און עוסק 'בגמילות חסדים', וואס הויבט זיך אן די התחלה פון די אגרת הקודש איז דאך ”הוכח תוכיח אפילו מאה פעמים” לכאורה אז ער האט שוין געהאט ניין און ניינציק מאל,
¶81איז וואס וועט אים טרייבן ער זאל פרואוון זיך א הונדערטן מאל אויך איז דאס מערניט מצד דערויף וואס זיין גאנצע מציאות איז דער עוסק 'בגמילות חסדים', איז ניין און ניינציק מאל האט ער ניט מצליח געווען, פרואווט ער זיך ער זאל מאכן נאכאמאל אפשר וועט ער מצליח זיין אין דעם הונדערטן מאל.
¶82ובפרט נאך על פי המבואר באחרונה, אז דאס וואס ס'שטייט ”אפילו מאה פעמים”, איז דאס ניט אז הונדערט און איין מאל ניט, נאר אט דאס איז בדרך גוזמא קטנא למטה, ביז וואנענט ער וועט זיין כדי הכה אדער נזיפה וכללה, ווי די גמרא רעכנט אויס אין ערכים.
¶83וואס דערמיט איז דאך אראפגענומען די קשיא, ווי אזוי זאגט מען אז הונדערט איז איין מאל ניט, בשעת אין ערכין איז די דינים אז ס'איז דא די דריי שיעורים, אבער אויב ס'איז נאך ניט געקומען צו דעם שיעור איז קען זיין אפילו צוויי הונדערט מאל אויך.
¶84נאר אט דאס איז, ווי כפשוטו, אז ”אפילו מאה פעמים” איז דאס בדרך גוזמי, אבער דערנאך ליגט אויך דער חיוב ביז וואנענט ער קומט ניט צו דעם שיע און אפילו דעמאלט איז דאך אויך דא, ווי דער רבי האט אמאל געזאגט, וואס ער האט געהערט פון זיין פאטער, פון רבי'ן נשמתו עדן,
¶85אויף מאמר הזל אז ”כל מי שאין בו דעה אסור לרחם עליו” האט דער רבי נשמתו עדן מסיים געווען, אז ער האט איצטער שטעלט זיך פאר ווי אזוי מ'דארף אויף אים רחמנות האבן, אז דער דין זיינער איז אז ”אסור לרחם עליו”.
¶86וואס אט דאס איז לאחרי ווי ס'איז געווען דער ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים” ומתפלל אים הציבור, וואס דאס איז דער סיום און אפשלוס פון תניא, איז אט דא איז געווען ס'זאל ארויס בגלוי איז געווען דער ”פדה בשלום” וואס דער אלטער רבי האט אויפגעטאן אין תורה, און האט גענומען די 'שירות ותשבחות' און תורה, וואס דאס איז דאך אין תורה גופא דער ענין פון תפילה און תורה ווי זיי ווערן נתאחד,
¶87וואס דאס איז דער ענין אין תורה איז דאס דער ענין פון תהלים, און די תקנה פון אמירת תהלים איז דאך דאס א חלק פון עבודת התפילה, נאר וואס דען?
¶88דאס איז ניט די אמירת תחנונים, ניט דער ”סידור שבחיו של הקב"ה”, וואס דאס קומט קודם בקשת צרכיו, נאר דאס איז נאך א ענין אין תפילה, וואס מ'זאגט קאפיטלך תהלים, כידוע תקנת רבותינו נשיאינו,
¶89וואס דאס איז אויך געווען על נסיון תקנה זו די אמירת תהלים פון רבינו הזקן, ווי דער רבי שרייבט באגרת שלו, ווי דער אלטער רבי האט דעמאלט געזאגט דער ”פדה בשלום”,
¶90איז דורך דערויף וואס ער האט אויפגעטאן דער ”פדה בשלום” די התאחדות אין תורה איז דערנאך ווערט דאס נמשך אין דאס וואס ”בשביל התורה שנקרא ראשית”, וואס דאס איז דער ”את השמים ואת הארץ” אין די ענינים דא למטה, איז אראפ בגלוי, דורך די הכנה פון ”עוסק בתורה” ובפגמילות חסדים ומתפלל אים הציבור,
¶91איז פריער איז כאילו מיט א כ'א דמיון, ס'איז אבער געדארפט ארויס די גאולה בפועל, האט מען געמאכט שלום בפועל די התאחדות פון תורה ותפילה ביחד, איז דערפון געקומען בגלוי נאך נידעריקער,
¶92אז פון אומות העולם איז געקומען דער שחרור אין אן אופן פון לעבדו כולם שכם אחד אז זיי האבן מסכים געווען און געגעבן דעם רצון די אפשריות מלאה אויף יפוצו מעיינותיך ביז וואנענט ס'וועט אנקומען חוצה, ניט נאר אין חוצה של איש הישראלי נאר אין חוצה פון עיר הבירה,
¶93פון דער מלוכה וואס ס'איז דעמאלט געווען די מושלת ”ביד חזקה” על מנין ”ורוב בנין של” בני ישראל זאל זי עפענען כל השוערים והאפשריות אויף מפיץ זיין נגלה דתורה ופנימיות דתורה, ”אילנה דחי,"'” וואס דורך דעם האט זיך אנגעהויבן די גאולה, וואס זי וועט נשלם ווערן בקרוב ממש,
¶94ביז גלותינו האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.
¶95לחיים.