transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1כרגיל בהתוועדות זו וועט מען אויך מסיים-זיין מיט דעם ענין של צדקה לאחרי ווי מ'האט גערעדט וועגן ענינים של תפילה ובקשה, ובקשה העיקרית וואס קוינו כל היום די גאולה האמיתית והשלימה און דברי תורה וואס מ'האט גע'חזר'ט פון רבותינו נשיאינו, פון די געדרוקטע סיי פון תורה שבעל פה און אויך פון תורה שבכתב,
¶2איז מען דאך רגיל בזה, וואס דערפאר איז דאך דאס דער היתר הדברים שבכתב זאגט מען זיי אויך בעל פה, כמבואר בפוסקים, וועט אויך זיין דער קו הצדקה וועט דאס זיין דער ענין המשולש, וואס דורך דערויף וועט דאס נאכמערער צוהיילן דעם ”בנין בית המקדש השלישי, שיבנה במהרה בימינו”.
¶3און דערפאר וועט מען אויך לאחרי ברכה אחרונה וועט מען אויך טיילן צו יעדערן, צו א דאלער, דורך די טאנקיסטן, כדי צו געבן אויף צדקה דעם דאלער אדער חילופו, כנהוג בשנים האחרונות.
¶4און יהי רצון, אז מ'זאל ממשיך זיין ענינים פון צדקה, וואס דאס איז דאך כולל כל התורה ומצוותי,' און דאס זאל ממשיך זיין בקרוב ממש דעם ”לך הוי' הצדקה” בטוב הנראה והנגלה, וכאמור לעיל אין גאולה האמיתית והשלימה עי' משיח צדקנו.
¶5לחיים.