עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

116 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1אזוי ווי איינע פון די סיבות וואס מ'האט זיך צוזאמענגעקליבן איז דאך פארבונדן מיט י' טס כסלו, און מ'שטייט דאך אויך אין די טעג מסמיכות צו י' טס כסלו, איז דאך לכל לראש די פאסענדע זאך, לויט דעם כלל פון ”פותחין בברכה”,

2אנהויבן פון דער באגריסונג און פון דער ברכה וואס נשיא דורנו האט מפרסם געווען בשם אביו, אז דאס איז פארבונדן מיט דער באגריסונג פון יום-טוב און 'חג החגים' פון יו ט' כסלו, פון לשנה טובה ותורת החסידות ובדרכי תקתו ותוכתם, אדער ווי מ'זאגט דאס צו ערבים תקתמו ותוכתמו,

3און בפרט נאך אז מ'האלט דאך שוין אין די טעג נאך יו ט' כסלו, איז האט מען דאך אויך זיכער שוין געטאן אין דעם, אויף אנאנדערנעמען פון דעם כלל פון ראש השנה לתורת החסידות אין די פרטי'דיקע טעג פון דעם יאר וואס קומט דערנאך,

4און בפרט נאך אז דאס איז דאך אויך טעג וואס זיינען ימי הכנה צוגרייטונגס טעג צו יר חנוכה, וואס חנוכה איז אויך דאך א כללות'דיקער יום טוב פון א גאנץ יאר,

5און אויך א כללות'דיקער נס פון גאנצן אידישן לעבן, וואס באשטייט דאך אין פארבינדונג און באגרינדעט אויף דערויף וואס ”נר מצוה ותורה אור”, וואס תורה און אירע מצוות איז דאך דאס ”הים חיינו ואורך ימינו”,

6און דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט יעדער אידן, ומרומז אין דער מנורה פון בית-המקדש, און אין משכן, שגלייך פון משה רבינו'ס צייטן אן, פון מטן,

7איז דאך ”שבעה קני המנורה” אנטקעגן די זיבן סוגים אין וועלכע דער אידישער פאלק טיילט זיך, און דערנאך קומט דערצו צו נאך אויך דורך א נס ווערט אויך נתגלה אן אכטער ליכטל,

8אויף איר זאגט מען אז דאס איז אן אייביקע ליכט, אין בטלים לעולם, און ווי ערקלערט אין ספרים איז דאס אויך א רמז, אז יעדער איד און אלע אידן, ובמיוחד ווי אידן זיינען אלע צוזאמען, ווערט דאך דאס א ”מנורת זהב כולה”,

9באקומען זיי א שומר ההיכף, א ליכט וואס זי באלייכט און היט אפ די אלע זיבן ליכטלאך, וואס דאס איז דער רמז אויף תורה און מצוות,

10און דער רמז אויף נאך העכער, אויפן אויבערשטן אליין, וואס ער איז דאך דער ”שומר ישראל לא ינום ולא ישן” אן אייביקער היטער און באשיצער פון אידן, אין אלע צייטן, ובפרט אין זמן הגלות, און די לעצטע טעג פון גלות, ווי די צייטן וועלכע מיר געפינען זיך,

11אז דאס איז אויך אן איין און איינציקע תקופה אין יאר די אכט טעג וואס זיי ווירקן אויפן גאנצן יאר, אז דער גאנצער יאר ווערט באלויכטן און ווי די נרות חנוכה זיינען דאך על פתח ביתים מבחוץ,

12אז דאס באלייכט אויף די טיר וואס צווישן דער הויז און דער גאס, כדי צו אונטערשטרייכן אז א איד האט אין זיך דעם כח, און פירט דאס דורך בפועל, אז ער מאכט צום אלעם ערשטן צימט ער אן די ליכט פון זיין שמן, און דורך זיין האנט, און צוזאמען מיט זיינע בני בית,

13אבער אין אן אופן אז דאס מאכט ליכטיק די גאנצע הויז, און דאס מאכט ליכטיק די גאנצע גאס וואס ס'לעבן דער הויז, און דורך דערויף ווערט דאס דערנאך פארשפרייט איבער דער גאנצער וועלט, און ווי מ'טייטשט דאך אפ דעם רמז,

14אז דאס מאכט ליכטיק עד די ”כליא ריגלא דתרמודאי” אז דאס פועל"ט אויף אז ריגלא דתרמודאי אט די וואס בא זיי איז אמאל געווען א געדאנק אפשר ניט פאלגן, מוריד זיין אין א זאך פון אידישקייט,

15איז ניט נאר אז זיי אליין ווערן בטל, ס'בלייבט אפילו ניט קיין רושם פון זייערע רגלים, פון די לעצטע שיריים זייערע, און ס'בלייבט אפילו ניט קיין רושם מרשות הרבים,

16אז אויך אין רשות הרבים בשוק פון רשות הרבים ווערט אויך אויס ריגלי דתרמודאי וואס דאס מיינט מען דאך ניט אזוי די דרשות שבדבר, נאר ”המעשה הוא העיקר”, אז יעדער אידן, ”האנשים והנשים והטף” האט מען געגעבן די שליחות,

17אז ער זאל מאכן ליכטיק בא זיך, אין זיינע הארצן און אין זיין נשמה און אין זיין גוף, און דערנאך אין דער גאנצער משפחה זיינע, און דורך דערויף אויך דערגרייכן דעם גאנצן אידישן פאלק, ביז אין אן אופן אויף מאכן ליכטיק אין דער גאנצער וועלט,

18אז אין דער גאנצער וועלט זאל זיין ריגלי דתרמודאי און ס'וועט זיין דער ”והיתה לה' המלוכה” אז ס'קומט די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט מען זיך אנציען דעם מנורה אין בית המקדש בפשטות,

19און וועט זיך זען ”עינינו בשובך לציון ברחמים” און ”ילכו מחיל אל חיל” און ”יראה אל אלקים בציון” אז מ'וועט זען די כהנים ווי אזוי זיי צינדן די ”מנרת זהב כולה” אין בית המקדש,

20און פון דארטן איז אורה יוצאה לכל העולם גייט ארויס א ליכטיקייט ווי דער גאנצער וועלט, וואו נאר א איד געפינט זיך ניט אין מקום, און נאך מערער וואו נאר א איד געפינט זיך אין זמן, אפילו אין א סאך יארן בפשטות,

21נאך דערויף ווי מ'האט דעם לעצטן מאל אנגעצונדן די מנורה אין בית המקדש השני, איז נאך פון די ליכטיקייט מאכט דאך ליכטיק איצטער אויך בא יעדערן פון אונז בתוך 'כלל ישראל',

22און וועט אזוי אנהאלטן די ליכטיקייט, ביז וואנענט מ'וועט זיין, כאמור, דער 'יראה כהן בציון' אז מ'וועט זוכה זיין יעדערער פון אונז און אלע צוזאמען צו גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט מען זען ווי אזוי די כהנים צינדן די מנורה אין בית המקדש, און דורך דערויף איז אורה יצאה לכל העולם.

23וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט דער גאולה האמיתית והשלימה, פארבונדן אבער אויך בכלל מיט אלע גאולות, עאכו"כ מיט א גאולה כללית ווי ס'איז געווען די גאולה פון דעם אלטן רבי'ן בי"ט' כסלו, וואס פון דעמאלט פייערט זיך יעדער איד,

24און ס'ווערט אלץ מערער נתפשט און אנגענומען ביי אלץ מערער אידן אויף צו פראווען י'ט' כסלו, און דערציילן ביי דעם נס וואס איז געווען דעמאלט, אבער מ'זאגט ווי ביי א נס חנוכה בימים האים בזמן הזה,

25און דערנאך חזר"ט ער דאס איבער יעדער י' תות כסלו, און פונקט אזוי ווי דעמאלט האט דאס גע'פועל'ט אויף א משך זמן לאחרי זה, פועל"ט דאס אויך בא יעדער אידן ווען ער דערמאנט זיך אויף דערויף,

26ובפרט נאך אז ער האט געטאן אין דעם אויך דורך צוגעבן אין לערנען דעם אלטן רבינ'ס חסידות, און אויספאלגן די אנווייזונגען און די הוראות, די אנווייזונגען פון דעם אלטן רבי'ן, ווי אזוי א איד זאל זיך פירן אין זיין טעגלעכן לעבן, ווי אנגעוויזן און אויך אראפגעבראכט אין זיין שולחן ערוך,

27און אויך אין די מאמרי חסידות און די שיחות פון דעם אלטן רבי'ן, און ווי דערנאך אויך איבערגע'חזר'ט צי דורך די נשיאים נאך ארון,

28ביז צו נשיא דורנו דעם רבי'ן דעם שווער, וואס ער האט זיך איבערגעגעבן כמה וכמה הוראות מיט די ערקלערונגען אין זיי פון זיך, פון דעם אלטן רבי'ן, דער בעל הגאולה פון י' טס כסלו,

29און האט אויך אנגעזאגט בשעת חסידים קלייבן זיך צוזאמען און מ'פארברענגט אין דעם תוכן וואס דאס טוט-אויף, און לכל לראש, ווי אזוי דאס ברענגט אריין א שטארקייט און א נצחיות אן אויביקייט, אז מ'פירט זיך אזוי אין טאג-טעגלעכן לעבן, אין טעג און יארן נאכדעם,

30ביז מ'וועט זוכה זיין צו תחיית המתים, און דער אלטער רבי ביניהם און מיט אלע צוזאמען פראווען חסיד'ישע פארברענגענס, און פארברענגענס בכלל, אין דער גאולה האמיתית והשלימה.

31וואס אט די אלע ענינים זיינען דאך כל השנה כולה, ס'איז דאך אבער זעלבסט-פארשטענדלעך, אז ”ביתר שאת וביתר עוז” איז דאס ווען מ'שטייט בסמיכות געציילטע טעג נאך י' טס כסלו,

32וואס דעמאלט איז דאך נאכמער אפגעפרישט און נאכמער לעבעדיק און גיט נאכמערער חיות אויף דורכפירן אט די אלע אנווייזונגען אין טאג-טעגלעכן לעבן, ובשמחה וטוב לבב.

33ובפרט אז מ'קלייבט זיך צוזאמען אנשים נשים וטף, צוליב דעם אין פארבינדונג און צוליב דעם זעלבן טאג פון י'ט' כסלו, און מ'קלייבט זיך צוזאמען און מ'טרעפט זיך דערנאך פארן פאנאנדערפארן זיך אין די בית הכנסת ובית המדרש פון דעם ממלא מקום פון דעם אלטן רבי'ן,

34פון נשיא דורנו פון דעם רבי'ן דעם שווער, צוזאמען מיט אננעמען החלטות טובות פון דאס ניי באנייער אין די החלטות פון די פריערדיקע צייטן,

35און ווי אין אלע ענינים פון קדושה און אידישקייט מוסיף זיין נייע גוטע החלטות, און מיט א חיות און מיט א לעבעדיקייט, אז ס'איז א זיכערע זאך אז מ'וועט זיי מקיים-זיין 'בשמחה ובטוב' לבב, און מקיים-זיין בפשטות אין מעשה הוא העיקר, וואס דאס איז דאך אויך כולל אין די החלטות טובות,

36אויף באלעבן און האבן דעם איינפלוס אויף יעדער איד מיט וועלכן מ'קומט דערנאך אין פארבינדונג, און וואס ער ווייס נאך ניט פון די אלע ענינים, כולל אויך פון יו טס כסלו בכלל, אויף אים אויך דערציילן וועגן פרשת הגאולה, וועגן די פרשה פון דער גאולה פון דעם אלטן רבי'ן,

37און וואס ס'האט אויך געזאגט אז חסידות, אע' פי וואס דאס האט זיך אנגעהויבן דורך באשטימטע מענטשן און א באשטימטן קרייז, אבער דער תכלית בזה און די שלימות בזה, און ס'איז א זיכערע זאך אין דעם,

38אז דאס געהערט צו יעדערן וואס געהערט צום אידישן פאלק, און ס'גרויסט דער זכות פון יעדערן אדער יעדערע וואס ס'וועט טאן אין דעם אויף ברענגען דאס און צוברענגען דאס און אריינברענגען דאס אין דעם לעבן פון יעדער אידן צו וועלכע ער קען דערגרייכן, בדרכי נועם ובדרכי שלום.

39און ווי מ'זאגט אויך אין צוזאמענהאנגן מיט יט' כסלו, אז דאס איז פארבונדן מיטן פסוק ”כי ברבים היו עמדי” אז די יו' תעס כסלו איז פארבונדן ווי דערמאנט פריער דער ווארט פון דעם אלטן רבי'ן אז דאס איז שייכות און דאס נעמט דורך און סוף כל סוף דורכנעמען במעשה יעדער אידן און אלע אידן,

40ווארום שוין אין די צייטן פון דעם ערשטן יו' תעס כסלו איז געווען ”ברבים היו עמדי” איז א סך זיינען גלייך צוגעשטאנען צו דעם אלטן רבי'ן זעענדיק וואס י' טוז כסלו טוט אויף, און ס'איז געווען א גאולה אויף לימוד החסידות און הליכה בדרכיה, ווי גערעדט מערערע מאל.

41וואס דאס איז דאך אויך די הדגשה וואס מ'פארבינדט י' טוז כסלו מיט דעם פסוק פון ”פדה בשלום” אז צום אלעם ערשטן, ווי דער אלטער רבי שרייבט אין זיין אגרת הקודש קומענדיק פון פטרערבורג, מיט דער גאולה פון יו ט' כסלו,

42אז מ'פארבינדט זיך מיט יעדער איד און מיט אלע אידן, ווארום אלע אידן זיינען אחי אחר, זיי זיינען אלע ברידער, ביז אין אן אופן פון ”ואהבת לרעך כמוך”, און ס'איז אויך א זיכערע זאך, אז וויבאלד אז דער הארץ פון א אידן, ובפרט פון דער וואס האט דורכגעטראכט,

43און דורכגעלעבט די זאך פון ווי ט' כסלו, ווערט דאך ביי אים דער לב, די הארץ זיינער, דורכגענומען מיט ”ואהבת לרעך כמוך” ועד ”כמים הפנים לפנים”, ווי דער אלטער רבי שרייבט אין זיין אגרת הקודש, אז די הארץ פון יעדער איד און פון אלע אידן ווערן ווי איין און איינציקע הארץ,

44כלב ”אחד וכאיש אחד"”, וואס דאס ברענגט אויך אראפ ממהר די גאולה האמיתית דורך משיח צדקנו,

45וואס זי איז דאך געקומען דורך דערויף וואס ס'איז געווען א פירוט צווישן אידן, במילא אז אידן ווערן אלץ נענטער און נענטער צווישן זיך, ביז ”כאיש אחד ובלב אחד” ווערט בטל די סיבה פון גלות, קומט גלייך אן די גאולה האמיתית והשלימה.

46וואס דאס איז דאך אויך, ווי דערמאנט, דער יסוד פון יו ט' כסלו, און וואס פון דעם יסוד ווערט באגרינדעט די פעולות און די אויפפיררכ'ס דעם גאנצן יאר נאכדעם, ביז ס'וועט קומען נאכאמאל א נייער יו ט' כסלו, מיט ביי נייטע גוטע באשלוסן,

47אז ס'זאל זיין ”כאיש אחד בלב אחד” און אין אן אופן פון ”פדה בשלום”, אז דאס ברענגט אלץ צו אן אמת'ן שלום, און דורך דערויף ווערט אויך דער ”פדה בשלום” בפשטות, אז מ'ווערט אויסגעלייזט פון דעם גלות בפשטות,

48און כברבים היו עמדי, אז די דיגיעולא האט זיך אין זיך, אז קיין איין און איינציקער איד בלייבט ניט חס ושלום אין גלות,

49נאר אלע גייען צוזאמען מיט משיח צדקנו בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו לארצנו הקדושה, און דארט גופא אין אן אופן פון 'ירחיב הוי' את גאולך' ווי מ'האט די אלע ארצות פון די שבע אומות, און ביז צו עשר אומות, און דארט גופא פון ירושלים עיר הקודש,

50און אין בית המקדש, ביז אין קודש הקדשים, כמדובר כמה פעמים.

51וואס דאס איז אויך ווי דערמאנט דער ענין פון יו טס כסלו, אויף נאכאמאל פארשטארקן די זאך פון בראי' אים היו עמדו אז יעדער איד און אלע אידן פארבינדן זיך אלע צוזאמען, ביז אז ס'ווערט ווי דער צווייטער אפטייטש פון ”פדה בשלום נפשי מקראו” אז מ'ווערט אויסגעלייזט פון דער גאנצער ענין פון קרב,

52אז מ'דארף מלחמה האבן מיט ניט גוטע זאכן, דערפאר וואס מ'האט מנצח געווען דעם יצר הרע, ביז וואנענט אז מ'דינט דעם אויבערשטן ”בכל לבבך בשני יצריך”, און מ'האט מנצח געווען ביז אין אן אופן פון אתהפכא, דארף מען גאר ניט האבן קיין קרב,

53און דער לשון פון דרשת רז"ל, אז מ'איז נאכמערער מוסיף אין תורה און אין גמילות חסדים, און אין ומתפלל, ביז אז מתפלל אם הציבור, ווי דער אפטייטש אין דעם,

54אז מ'איז מתפלל נאך דערויף ווי מ'קלאפט צוזאמען, מ'מאכט אן איין און איינציקן ציבור פון אלע אייגענע כחות, און פון דער גאנצער אייגענער משפחה, און דורך דערויף פארבינדן מאכן א גרויסן ציבור פון דעם גאנצן אידישן פאלק.

55און ס'ווערט דער שלימות אין קדב בשלום נפשי, וואס דאס איז די גאולה, די קדיא בשלום, ווי ס'איז געווען דער מעמד ומצב בזמן שלמה,

56ווי אפגעטייטשט אין די מאמרי חסידים פון י' טז כסלו, און נאך מערער, ווי ס'וועט זיין לעתיד לבוא, בגאולה האמיתית והשלימה, וואס ”לא עיקבם אפילו כהרף עין” בקרוב בימינו ממש.

57וואס דאס איז אויך פארבונדן, ווי געזאגט, אז מ'איז מוסיף נאכמערער אין די החלטות טובות אויף צו טאן אין ”תורה עבודה וגמילות חסדים”,

58און די החלטות טובות מיט א תוקף און מיט א לעבעדיקייט, אז ס'איז א זיכערע זאך אז מ'וועט זיי זיכער מקיים זיין, אף על פי וואס לפי שעה פארט מען זיך פאנאנדער יעדערער צו זיך, און צו זיין עבודת הבירורים, און צו זיין שטאט, און צו זיין הויז, און צו זיין עסק און פרנסה,

59אבער בא דעם פאנאנדערפארן זיך האלט מען שטארק דעם פארבונד איינער מיטן צווייטן, ביז אין אן אופן אז מ'בלייבט ווי דערמאנט פריער ”כאיש אחד בלב אחד” וואס דאס איז מבטל דעם ענין הפירוד,

60מאכט דאס נאך שנעלער און ברענגט נאך לעבעדיקער און שטארקער און שנעלער דער ענין פון דער גאולה, וואס דעמאלט וועלן דאך זיינען אלע אידן בגלוי, ”כאיש אחד בלב אחד”.

61און דאס פועל"ט אויך נאך אין די לעצטע טעג פון גלות, אז פון יאר צו יאר איז מען מוסיף אלץ מערער אין ”תורה עבודה וגמילות חסדים”, איז מען מוסיף אלץ מערער אין די אלע ענינים וואס זיי זיינען מזרז די גאולה,

62במילא מאכן זיי שוין ווייניקער דער ענין הגלות, כולל אויך די ניט-ליכטיקייט פון גלות, וואס דאס גיט נאכמערער צו אין די לעבעדיקייט, אין די צוגרייטונגען, צו די הכנות צו נרות חנוכה.

63און אויך דערמאנען נאכאמאל, אז יעדער איד געהערט, אפילו ניט אין חנוכה טעג, צו דעם ”מנורת זהב כולה” צו איינע פון די זיבן חלוקות אויף וועלכע אידן טיילן זיך דורך זייער פארשידנקייט אין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות די זעלבע תורה אחת און די זעלבע מצוות,

64אבער יעדער טוט דאס מיט א חיות וואס איז פארבונדן ביי איינעם מערער מיט אהבת השם, און ביי א צווייטן מערער מיט יראת השם, אדער איינע פון די אנדערע זיבן מדות און זיבן אופנים אין 'עבודת הוי,'' ובכלל, אז מ'נעמט-אן די החלטות און דערנאך פארשטארקט מען זיי אין א בית-הכנסת און א בית-המדרש בכלל,

65ובפרט אין בית הכנסת ובית המדרש פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, כמדובר כמה פעמים, מאכט דאס נאך לייכטער און מאכט נאכמער לעבעדיקער די אלע החלטות טובות און די פעולות טובות,

66און מאכט נאך שנעלער דעם קומען פון משיח צדקנו, צוזאמען מיט די גאולה האמיתית והשלימה, אין אן אופן וואס לא ”עיקבא מאפילו כהרף עין”.

67וואס דאס איז אויך, כמדובר, די כוונה און די נקודה פון י'ט' כסלו, ווי דערמאנט פריער, אז דאס געהערט און מוז דערגרייכן צו יעדער אידן,

68דורך דערויף וואס יעדערער פון אונז, פון די אלע וואס געפינען זיך דא, וועט טאן נאכמערער אין בא איינפלוסן אידן אין זאכן פון אידישקייט בכלל און זאכן פון חסידות און פון דעם אלטן רבי'ן במיוחד, על אחת כמה וכמה אין זאכן פארבונדן מיט צדקה, וואס זי איז דאך שקולה כנגד כל המצוות כולם, ומזרז את הגאולה.

69און ס'וועט זיין בקרוב ממש דער עיקר פון כל הענינים, אז אלע אידן וועלן צוזאמענגעקליבן ווערן, תלוקטו לאחד אחד דורך דעם אויבערשטן אליין, צוזאמען מיט משיח צדקנו,

70און ס'וועט זיין אבער דער אויבערשטער אליין איז מלקט און קלייבט צוזאמען, ובפרט נאך אז יעדערער שטעלט-צו נאך א ענין וואס ער האט געלערנט אין דעם אויבערשטנ'ס תורה, און נאך א מצוה וואס ער האט מקיים געווען אין דעם אויבערשטנ'ס מצוות, און נאך א תפילה וואס ער האט מתפלל געווען צו דעם אויבערשטן,

71און וואס דעמאלט האט ער זיך מתפלל געווען ”כעבדא קמי מרי” ער שטעלט זיך פאר וואס אזוי איז דער אמת, אז בשעת התפילה איז שטייט ער פאר דעם אויבערשטן אליין און בעט ביי אים,

72אז ער זאל אים געבן כל צרכיו, אלע זאכן אין וועלכע ער נויטיקט זיך, און אלע זאכן אין וועלכע ער נויטיקט זיך, ניט מצד ההכרח, נאר אפילו מצד התענוג און עונג, ביז אן עונג הכי שלם, וואס דאס איז דאך ווי דער אויבערשטער שטעלט-צו יעדער אידן, אנשים נשים וטף, סיי ענינים,

73וואס זיי זיינען הכרחים סיי אין ענינים פון עונג, ביז אין עונג און 'תכלית השלימות' פון עונג, ובפרט נאך אז מ'קומט דאך אויך פון א שבת וואס איז געווען בסמיכות ממש צו יט' איסלו, און מ'גרייט זיך צו דעם שבת וואס קומט לאחרי זה,

74וואס ער איז דאך אויך דער שבת דערב פון ימי החנוכה, און צווישן די צוויי שבתים האט מען דאך אויך די זעקס טעג בינתיים, בהוספה א ברכה פון די ביידע שבתים, וואס דאס האט מען אויך די תוספת ברכה והצלחה, וואס שבת איז דאך ענינה,

75אז דער אויבערשטער שטעלט-צו א מעגלעכקייט יעדער אידן אז ס'זאל זיין ”כל מלאכתך עשוי” אז ער זאל ניט האבן קיין טירחא באקומען זיין פרנסה גשמית, ווארום דער אויבערשטער מאכט דאס אים לייכטער, ביז אין אן אופן פון ”כל מלאכתך עשוי” ער טוט דעם מינימום אין דעם,

76און אין דערויף גיט דער אויבערשטער הצלחה רבה ומרובה, אז אין דעם ביסל וואס ער טוט זאל ער האבן א סך ברכה און א סך הצלחה, ביז אין בני חיי ומזוני רויחא,

77ביז אז דער אויבערשטער איז אויך ממלא משעלת לבבן לטובה בתוך 'כלל ישראל', אויף אראפברענגען דעם וואונטש פון יעדער אידן, וואס דאס איז דאך דער וואונטש פון ”ותחזינה עינינו בשובך לצום ברחמים"”, און דער וואונטש פון צו זען ווי אזוי כהנים צינדן אן די ”מנורת זהב כולה” אין בית המקדש,

78און ווי אזוי מ'איז דארט מקיים, ”כמצות רצונך” דורך דערויף וואס מ'איז מקיים אלע מצוות און יעדערע מצוות וואס מ'האט שוין איצטער די מעגלעכקייט צו מקיים זיין.

79עאכו"כ די מצוה פון ”ואהבת לרעך כמוך” וואס דאס איז דאך פירוש ”כל התורה כולה, ווי דאך פירושה הוא זיל וגמור” וכמדובר כמה פעמים,

80וואס דאס איז דאך אויך דער מנהג טוב וואס מ'האט איינגעפירט, אז איידע מ'פארט זיך פאנאנדער טרעפט מען זיך נאכאמאל אלע צוזאמען, כדי נאכמערער צו פארשטארקן דער פארבונד מיט וועלכן מ'האט זיך פארבונדן פאר די טעג וואס מ'איז דא געווען,

81אז דאס זאל האלטן אין איין וואקסן, און אט דאס וואס מ'פארט זיך פאנאנדער פארגרעסערט נאכמער די בענקשאפט, און מצד די בענקשאפט ווערט דער פארבונד פון ”ואהבת לרעך כמוך” נאך שטארקער און נאך לעבעדיקער,

82ביז אז דאס באלעבט די אלע מעשים און די אלע דיבורים און די אלע מחשבות, וואס די אלע זאכן היילן נאך מערער צו די צוגרייטונגען צו די גאולה האמיתית והשלימה, דורך די הוספה אין די החלטות טובות האמורות, וואס דעמאלט וועט זיין, כאמור,

83אז נאך פאר די ימי חנוכה, און בלי עיקפה מאפילו כהרף עין איז גלייך ווי אידן זיינען מחליט א החלטה טובה, גיט דער אויבערשטערן דעם שכר, אפילו נאך איידער מ'האט די החלטה דורכגעפירט במעשה בפועל, עד' זו אויך בהנוגע לעניננו,

84דער אויבערשטער האט זיך מבטיח געווען, אז ”אם בחוקותי תלכו” איז אט דעמאלט ווי ”נתתי גשמיכם בעתם”, אז דער אויבערשטער גיט אלע ברכות והצלחות, ווי אויסגערעכנט אין די פסוקים וואס רעכן זיי אויס בפרטיות,

85ביז ”ואולך אתכם קוממיות” אז מ'שטייט מיט א ”קומה זקופה” נאך אין די לעצטע טעג פון גלות, על אחת כמה וכמה אז מ'גרייט זיך צו דער גאולה אויך מיט א ”קומה זקופה”.

86מ'שעמט זיך ניט מיט אידישקייט, נאר אדרבא מ'שטלט דערמיט און מ'דאס באווייזט דאס יעדערן, אז מ'איז א איד אין טאג-טעגלעכן לעבן, אפילו אין וואכעדיקע טעג,

87על אחת כמה וכמה אז ס'קומט א געלעגנהייט צו צוגעבן נאך אן ענין פון תורה ומצוותי וואס דאס איז דאך אויך ”מצוה גוררת מצוה” פארענדיקן זיך, דעם צוזאמענקלייבן זיך ”בבית הכנסת ובבית המדרש”,

88כרגיל מ'וועט מאכן יעדערן פון אייך א שליח אויף א מצוה כללית ווי די מצוה הצדקה, אז יעדערער קומענדיק צו זיך א היים וועט דאס דארטן אפגעבן,

89אדער איבערבייטן און אפגעבן דעם חילוף מזה צו אן ארעמאן בפועל, אדער אין א מוסד וואס ער נויטיקט זיך אין הילף און דורך דערויף נאכמערער צוגעבן, דורך דער החלטה אליין,

90על אחת כמה וכמה אין דער מעשה בפועל, אין די צואיילן די גאולה האמיתית והשלימה, אז פון דער גאולה פון יו טס כסלו,

91וואס ווי כאמור לעיל האט דער אלטער רבי און די רביים נאך אים אויך מבטיח געווען און מסביר געווען, אז הפרצת המעיינות חוצה איז דאס ברענגט בפשטות ”קאתי מר דא מלכא משיחא”, און דערצו איז שוין גענוג די החלטה,

92עאכו' כמה אז מ'איז מכריע דעם שקול עצמו, און שקול כל העולם כולו, און מכריע ומביא ישועה והצלה,

93ביז בפשטות, אז יעדערער נעמט אן די שליחות מיט א החלטה טובה אויף צוגעבן נאך מי שלו אדער מי שלה, און צוגעבן 'בשמחה ובטוב' לבב,

94און גיין מקבל-זיין פני משיח צדקנו אין אן אופן פון לא עיכבם, אפילו כהרף עין, און ס'קומט צוזאמען דערמיט ”הקיצו ורננו שוכני עפר” ונשיא דורנו בירושם ובתוכנו, נשמות בגופים,

95ובתוכף ומיד ממש, און מ'איז הולך ומוסיף, מ'גיט אלץ צו אלץ מערער און מערער אין די אלע ענינים, וואס זיכער וועט זיך יעדערער נאך צוגעבן אין דעם, כי ”יד ה' הטובה עליו”, ו מידו ”המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה”.

96ועוד והוא העיקר, אז מ'גייט בקרוב ממש מקבל זיין פני משיח צדקנו, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו,

97מתיכף ומיד ממש, אין די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט פראווענט מען שוין די טעג פון חנוכה, און צוזאמען מיט דער חנוכה פון בית המקדש השלישי,

98און צוזאמען מיט די הדלקת הנרות אין בית המקדש השלישי, פון דעם ”מנורת זהב כולה” בפשטות, און דאס אלץ צוזאמען אלע אידן,

99”עומדים צפופים ומשתחוים רווחים"”, אז מ'האט דעם רווח און די הרווחה נאך אין די לעצטע טעג פון גלות, בפשטות אין בני חיי ומזוני רויחא, און כידוע דער פתגם וואס מלטן רבי'ן, אז דער אויבערשטער גיט אידן גשמיות, מאכן אידן פון גשמיות רוחניות,

100איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז דער אויבערשטער גיט אידן גשמיות אין אן אופן פון רויחא, מאכן זיי אויך די רוחניות אין אן אופן פון רויחא, נאך זייענדיק אין גלות, און דאס איז נאכמערער הרחבה און הרווחה, 'ובשמחה ובטוב' לבב, אז אין די קורצע וויילע וואס איז נאך געבליבן צו דער גאולה האמיתית והשלימה, קורצע בפשטות,

101אין 'זמן ומקום', איז האט מען דעמאלט דער שמחה בהרחבה, און נחת פון קינדער און קינדס-קינדער, און פון זיך אליין בהרחבה, וכל עניני טוב גשמי ורוחני בהרחבה, ובפשטות ”למטה מעשרה טפחים”, ותיכף ומיד ממש.

102און ס'ווערט דעמאלט ווי די פרשה וואס מ'האט אנגעהויבן לייענען אז ”וישב יעקב בארץ מגורי אביו בארץ תנען” אז יעדערער פון אונז, צוזאמען מיט יעקב'ן וואס ס'איז דאך כאן בתחיית המתים,

103און וואס יעדער איד דאך, ווי ער זאגט אין אגרת הקודש, האט דאך א חלק פון יעקב'ן אין זיך, און יעקב האט א חלק פון יעדער אידן אין יעקב'ן,

104און וואס בזכותו איז דאך אויך פארבונדן די גאולה השלישית מיטן בית המקדש השלישי, ”כיעקב שקרא בית” ובפשטות, אז מ'פארענדיקט דער צוזאמענקומען זיך מיט די החלטה,

105א לעבעדיקע החלטה און א פעסטע החלטה, אויף נאכמערער צוגעבן אין ”ואהבת לרעך כמוך” און נאכמערער צוגעבן אין אלע זאכן פון אידישקייט, על אחת כמה וכמה אין די זאכן פון הפצת המעינות חוצה,

106און דער פאנאנדערפארן זיך איז דאס מערניט ווי א גשמיות'דיקער און א חיצוניות'דיקער, ווארום יעדערער פון אונז נעמט מיט מיט זיך און האט דאס גאנצערהייט דעם זכרון, און זכרון אמיתי פון ”ואהבת לרעך כמוך”, ובפרט פון אט די וואס מ'האט זיך ערשט-א געטראפן און ערשט-א פארבראכט צוזאמען יט' כסלו,

107ולפני זה דער שבת שלפני זה פון טוב כסלו, ולאחרי זה דער ערב יו טס כסלו, וואס דאס איז חי כסלו, על אחת כמה וכמה צוזאמען פארבראכט די יו טס כסלו, און דער 'אסרו חג' פון 'חג החגים', וואס דאס איז כ' כסלו היינטיקער טאג,

108און מ'גרייט זיך צום מארגן'דיקן טאג און צו די טעג לאחרי זה, אז זיי וועלן ווערן בפשטות ערב ימי הגאולה, גאולה האמיתית והשלימה.

109און מ'וועט דעמאלט אויך פארענדיקן די לערנען די מאמרים וואס מ'האט שוין אנגעהויבן, און בנוסח הידוע, מ'האט דאך זיכער געמאכט חלוקת השס מיט א סיום השס,

110זאגט מען דאך דעמאלט, אזוי ווי מ'האט מסיים געווען די מסכתא צו יט' כסלו און אויך איז דער אויבערשטער מזכה אז מ'זאל אנהויבן נייע מסכתות און נייע לימודים, און דערנאך אויך זיי צו מסיים-זיין,

111און וואס דאס וועט שוין אלץ זיין בארצנו הקדושה, און דארט גופן אין ”עתידי ירושלים שתתפשט בכל” ארץ ישראל, און ווי דעמאלט לערנט די תורה חדשה מאיתי תצא,

112האט זיך שוין אנגעהויבן דורך דעם חידוש פון תורת החסידות, ”טעמי' חיים זכו” ובפשטות, אז מ'פאנאנדערפארן זיך איז כאמור מערניט ווי א גשמיות'דיקער, אבער בפנימיות ווערט מען נאך שטארקער און לעבעדיקער פארבונדן יעדערן מיט אלע איבעריקע, ביז מיט 'כלל ישראל'.

113און מ'גייט אלע צוזאמען און אין אן אופן של שמחה, און אין אן אופן של ריקוד, ושמחה גדולה ושמחת עולם, אויף מקבל זיין משיח צדקנו, צוזאמען מיט נשיא דורנו, צוזאמען מיט אלע צדיקים, אנהויבנדיק פון דעם אלטן רבי'ן, וכאמור לעיל.

114און מ'טוט די אלע ענינים, ווי געזאגט, 'וישב יעקב' אין אן אופן פון בקעה יעקב לשא בשלוה אז מ'איז זיך מתיישב, מ'באזעצט זיך נאך אין די לעצטע טעג פון גלות, באזעצט מען זיך מיט אן אשה ובתוקף, אין אן אופן פון שלוה, ביז אין א שלוה פון ”פדה בשלום נפשי”,

115און ס'ווערט דערנאך אויך בפשטות אין ”בארץ מגורי אביו בארץ קנען” אז ס'ווערט בפשטות גיט מען א קוק אין מנני שמיא איז תיכף ומיד געפינט מען זיך בארץ מגורי אביר, 'בארץ קנען', און דארט גופא אין ירושלים עיר הקודש,

116כאמור לעיל, און דארט גופא אין בית המקדש און אין קודש הקדשים תיכף ומיד ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions