Paragraph
Paragraph rh-yzq8yd2k
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-9azzjrd3
- order
- 4Q
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- האט דאך אויך די הלכה אנגעזאגט, אז אל תפרש מן הציבור איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז בכחו של כל אחד ואחת, ווארום דאס איז דאך די הלכה פאר כל אחד ואחת, אז בשעת ער וויל אזוי, איז דעמאלט ווערט דאס דורכגעפירט, און ער ווערט אין אן אופן א חלק פון ציבור, ביז איין זאך מיט דער מציאות הציבור, ובפרט נאך אז דעמאלט ווערט דאך אויך נתגלה, וואס בא יעדער אידן איז דאך דא דער עצם פון דעם עצם האמיתי, דער עצם כשאתה תופס במקצתו אתה תופס בכולו, וואס דאס איז דאך אויך דער העכסטער אופן ווי ס'איז דא אין ציבור, וביחד עם זה ווי דאס קומט אראפ ביז אין פרטי פרטים.
- proofread
- 0