Paragraph
Paragraph rh-yzecz5yc
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0aww814f
- order
- A
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- זאל דער אויבערשטער בענטשן און מצליח זיין יעדערן פון אייך מיט די קרובים, און די אלע וואס זיי זיינען משתתף בשמחתם, אז ס'זאל זיין די הכנות צו די חתונה אין א גוטער שעה, אין אן אידישער שעה און אין א חסידישער שעה, און די חתונה בשעה טובה ומוצלחת בענין עד די עד, על יסודי התורה ומצוותי', און דערנאך ממשיך זיין אריכות ימים ושנים טובות ובנות עוסקים בתורה ובמצוותי.' ובפרט נאך אז מ'קומט דאך פון חודש תקשרו, וואס ער איז דאך מרובר במ�ועדות, וואס ענדיקט זיך אויך אין די ימים טובים מיט שמחת תורה, וואס די תורה איז דאך דער חתרון און די כלה פון אידן, און אידן זיינען די כלה פון דעם אויבערשטן, און דערפון ווערן דערנאך נמשך אלע חתונות בא יעדער אידן און בא אלע אידן, אז זיי זיינען מיוסד על יסודי התורה ומצוותי', ווערט אין זיי אלץ מקויים, בלשון הכתוב, אז בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמרו וואס דאס אליין איז שוין איינע פון די גרעסטע ברכות, און דערנאך גלייך נאך דערויף אין אלע ברכות, ווי ער רעכנט אויס בפירוש בפירוש, ובפרטיות, ביז והולך את פון קוממיות, וואס דאס איז דאך די ברכה פון גאולה האמיתית והשלימה, און ווי מ'זאגט אויך אין ברכת החתונה, אז דאס איז א התחלה, און אויף דערויף, אז מהרה ישמה בריא יהודה בחוצות ירושלים, קול חתן וקול קלה, די חתונה בימינו אלו איז דאס א מאין און היילט נאכמערער צו די קיום ההבטחה פון מהרה ישמע נאכמער מהרה. און כאמור, איך זאל ניט מוסיף זיין מתוך שמחה וטוב לבב אין די הכנות כדרוש,
- proofread
- 0