עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-yv6dp07w

kind
paragraph
order
D3
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
לעבן יעדן טאג פון דער וואך, אפילו אין א וואכעדיקן טאג, און בשעת ס'איז נאך דא א שמחה טוט ער דאס מיט א שמחה גלוי'ווארום דער טאג העלפט אים במיוחד, אז ס'זאל זיין בשמחה ובטוב לבב. ובפרט נאך אז דאס איז זמן שמחתינו ניט איין טאג, נאר זיבן טעג נאכאנאנד, און דערנאך איז מען דאס אויך ממשיך אין שמיני עצרת און שמחת-תורה, און ממשיך דערנאך, מ'זעט דאס פאר אויף כל השנה כולה, איז דאך דא א וואונדערלעכע הוראה אין דער התחלה פון דעם ברכת לוי, לכאורה איז דאך דאס געזאגט געווארן נאך דערויף ווי מ'איז שוין געווען דרייסיק ניין יאר, און פארענדיקט דעם פערציקן יאר אין מדבר, וואס גלייך אין דעם צווייטן יאר זייענדיק אין מדבר האט מען שוין אויפגעשטעלט דעם משכן, האט מען מקריב געווען קרבנות, און בשעת מ'האט מקריב געווען די קרבנות איז אויך געווען דער טייל וואס האבן געטאן שבט לוי אלס כהנים, אדער דער טייל פון זיי אלס לוים, און אויך ישראל במעמדם דורך די תפילה פון די אידן.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions