transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1אין צוגאב צו די אלע ברכות וואס דערמאנט פריער, וואס זיי גייען דאך אויף אלע אידן בכלל, ובמיוחד פאר די וואס גייען אריין בהמשך צו די וואס האבן דאס אליין געהערט, האט מען דאך אויך געהאט א כוונה מלכתחילה אויף די וואס וועלן אריינגיין לאחרי זה,
¶2ובפרט נאך אז זיי האבן דאך א יחוס מיוחד אז זיי זיינען ערשט צוגעקומען צו דער צייט אין דעם אידישן לעבן ווען מ'ווערט מחוייב אין דעם אויבערשטנ'ס מצוות, וואס דאס האט דאך א באזונדער שייכות צו זמן החנוכה,
¶3וואס חנוכה איז דאך מצוה א צינדן ליכט, וואס ליכט ווערט דאך יעדער מצוה אנגערופן בשם נר מצוה וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין ”תורה אור”,
¶4וואס דערפאר איז דאך אויך די גאנצע תורה פארבונדן אין ארויסגעבן און דערציילן אידן וועגן די מצוות וואס זיי דארפן טאן, און דערציילן אין א ליכטיקן אופן, און דערציילן אויך ווי אזוי יעדער איד, דורך טאן א מצוה,
¶5מאכט ער ליכטיק זיך אליין, און די גאנצע משפחה און די גאנצע הויז, מיט די אמת"ע ליכטיקייט וואס קומט פון דעם אויבערשטן אליין, וואס ער איז דאך דער מצוה המצוות, דער אנזאגער פון די מצוות,
¶6און האט אויך באשטימט אז ס'קומט צו א זמן מיוחד ווען מ'ווערט אלץ דרייצן יאר בנוגע צו אינגעלארך און צו וועלכע יאר בנוגע צו מיידעלארך, ווערט מען דעמאלט א בר מצוה אדער א בת מצוה, און פון דעמאלט אן האט מען אויך דעם קיטול וואס תורה רופט אן ”מצוה ועושה”,
¶7אז דער אויבערשטער אליין גיט זיך אפ מיט יעדער וואס דערגרייכט דרייצן יאר א אינגעלע, אדער א מיידעלע וואס דערגרייכט זו צוועלף יאר, גיט ער זיך מיט זיי במיוחד אפ אויף אנזאגן זיי בנוגע צו 'קיום המצוות', כולל אויך די טעג אין וועלכע מ'געפינט זיך איצטער,
¶8די מצוות פון חנוכה, און וואס איז אויך דאך פארבונדן דערמיט וואס פאר דערויף האט מען זיך געדאווענט מעריב צוזאמען מיט קריאת שמע, וואס דאס איז דאך דער אנהויבס פון אלע מצוות, ווי דערציילט אין תורה שבעל פה הויבט זיך אן מיט מימותי קורין השמע בערבית, און ווי דערציילט אויך דער פירוש אין דעם,
¶9אז יעדער איד ווען ער ווערט דרייצן יאר, איז די ערשטע רגע וואס ער ווערט דרייצן יאר ווערט ער גלייך מחוייב אין א מצוה מיוחדה,
¶10וואס זי איז כולל כל המצוות כולם, וואס הויבט זיך אן מיט ”שמע ישראל הוי' אלקינו הוי' אחד” און דערנאך דערציילט מען און מ'זאגט-אן וועגן אלע מצוות, און דער אויבערשטער גיט כח און א נתינת כח,
¶11און גיט אויך א יישר כח און א ברכה מיוחדה פאר יעדער אינגעלע וואס ווערט אלט דרייצן יאר, אז פון דער רגע אן ווערט ער ”מצוה ועושה”, און אזוי אויך א מיידעלע ווען זי ווערט אלט צוועלף יאר, ווען זי ווערט בת מצוה.
¶12און יהי רצון, אז זיי זאלן שטייגן אין יעדערע פון זיי אין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, אין אן אופן ווי דער חנוכה לערנען, אז פון טאג צו טאג דארף צוקומען נאכמערער אין ליכטיקייט און נאכמערער אין מצוות און נאכמערער אין ”תורה אור”, סיי אין מקיים זיין מצוות, סיי אין לערנען תורה סיי אין מקיים זיין מצוות,
¶13און כדי וויסן ווי אזוי צו מקיים זיין מצוות, מקיים זיין די מצוה פון 'לימוד התורה', און בפרט נאך, אז ס'איז דאך אויך דער ”מנהג ישראל” ווי דערמאנט מערערע מאל אז דער א אינגעלע ווען ס'ווערט בר מצוה, אדער א מיידעלע ווען ס'ווערט בת מצוה,
¶14איז גלייך מנדב, הויבט אן דעם לעבן אלס מחוייב ועושה, אדער מחויבת ועושה, מיט דער 'מצות הצדקה', וואס אויף דערויף דארף מען דאך ניט האבן קיינע הכנות, און מ'דארף ניט האבן קיין מנין אויף דערויף, און מ'דארף ניט האבן אפילו וואשן די הענט וכיוצא בזה אין 'מצות הצדקה' איז מען מחוייב,
¶15פון דער ערשטער רגע וואס מ'ווערט א מחוייב במצוות, איז זכאי במצוות, און על דרך זה א בת מצוה, איז פון דער ערשטער רגע פון דרייצן יאר אדער פון צוועלף יאר ווערט מען מחוייב אין אלע מצוות, און אין וועלכע מצוה קען ער גלייך מקיים זיין איז דאס די מצוה פון צדקה,
¶16וואס דארף ניט האבן קיינע הכנות, מ'דארף האבן מערניט ווי א פושבה פרוטה וואס דאס האט דאך יעדערער אויף זיך אין זיינע קלוידער, קען ער אויב ס'איז ניטא קיין אנדער ברירה, געבן צדקה אן ערעמאן וועלכן פעלט אויס א קלויד,
¶17שענקט ער אים אדער שענקט-צי אים דער ענין פון דעם לבוש, און דאס ווערט דער לבוש מצוה פאר דעם שענקער, און ס'ווערט א לבוש מצוה דורך דער מצוה, אויך א לבוש בפשטות, פאר יעדער אידן, און אויף אזוי אויך דורך דערויף ו
¶18תורה, סיי אינגלאך צו אינגעלאך און סיי מיידלאך צו מיידלאך, טוען זיי אן דעם חבר אדער דער חבר'טע אין ”נר מצוה ותורה אור”, אין די לבושים פון מצוות, און דאס גיט זיי אויך א צוגעגעבענע מצוה, וואס ער האט געבראכט נאך א אידן, סיי א אינגעלע אדער א מיידעלע צו מקיים זיין נאך מצוות און האבן נאכמערער לבושים פון מצוות.
¶19און דאס ברענגט אויך אלע ברכות והצלחות, עד' ווי הלבוש בפשטות באשיצט זיך די מענטשן באשיצט זיך די לבוש, די קלויר, באשיצט זיך דאס אים פון דעם אויב איז די ארומע צו הית,
¶20טוט ער אן אזא לבוש וואס מאכט אים קילער, און וואס לאזט ניט צו צו אים די היץ פון ארום, ועל דרך זה אויב ארום איז צו קאלט טוט ער אן א ווארעמען לבוש, אזוי אויך איז די סגולה פון יעדער מצוה און פון אלע מצוות,
¶21אז דאס איז א לבוש און א מגן וואס באשיצט יעדער אידן און אלע אידן, אז ער ווערט ניט א אז מ'האט באקומט ניט און האט ניט געדריטן
¶22פון דעם ארום זיך, פון די קאלטסע פון דער וועלט, אדער פון דער היץ פון דער וועלט, צו זאכן צו וועלכע מ'דארף ניט זיין היציק, נאר אדרבא, ער האט די אמת"ע טעמפעראטור, וואס דאס איז דאך פארבונדן דערמיט וואס ער לעבט ווי א איד און אטענט ווי א איד,
¶23און עסט און טרינגט ווי א איד, סיי א אינגל און סיי א מיידעלע, און דאס ברענגט געזונט ברוחניות און געזונט אויך בגשמיות, אויך צו די עלטערן וואס זיי האבן אים מחנך געווען, אדער איר מחנך געווען און מגדל געווען אין אזא אופן,
¶24אז זיי האבן פון די קינדער אמת'ן, געזונטן אידישן נחת, און פונקט אזוי ווי נרות חנוכה ווערט די נחת אלץ מערער און גרעסער, ובפרט נאך ווי דערמאנט פריער, אז מ'פארבינדט דאס, די התחלה פון בר-מצוה אדער בר-מצוה מ'וועט געבן אויף צדקה,
¶25על דרך אויך ווי מ'גיט איצטער אין די מיי חנוכה גיט מען דאך אויך געלט אויף אפגעבן דאס אויף צדקה, און מ'זאל דערנאך אפגעבן אדער דעם דאלער אליין, אדער די חילופים שלו, אויף צדקה אדער א טייל פון אים, וואס דאס איז אויך וואס א דאלער האט זיך אין זיך הונדערט פרוטות,
¶26וואס דאס באווייזט אויך, אז דורך דערויף וואס מ'איז מקיים איין און איינציקע מצוה מיט איין און איינציקן דאלער באקומט מען הונדערט ברכות פון דעם אויבערשטן, און אזוי אויך הונדערט ברכות וואס דאס איז כולל אלע ברכות פון דעם אויבערשטן, ווי דערמאנט מערערע מאל, אז דא מיינט מען הונדערט ניט נאר ניט קיין הונדערט אונס, נאר דאס מיינט מען א זאך אן הגבלות,
¶27און בשעת מ'זאגט אז ס'האט א גאנצן הונדערטער איז דאס כולל אין זיך מערערע הונדערטער, און א סאך הונדערטער צוזאמען, יעדערער פון זיי איז ממשיך אלע ברכות פון דעם אויבערשטן, וואס זיי שטעלן זיך אויס אין הונדערט סוגים ומינים, ווי אויסגערעכנט דעם אלטן רבי'ס שולחן ערוך במיוחד.
¶28ועוד והוא העיקר, אז יעדער איד, ובפרט בר-מצוה און בת-מצוה, ווערנדיק א מחוייב במצוות, ווייס ער און פילט אז דער חיוב איז דער גרעסטער זכות וואס ס'באקומט יעדערער פון זיי אויפן גאנצן לעבן,
¶29במילא איז דאך פארשטאנדיק אז ער טוט אלץ התלוי בו אויף צוגעבן און באקומען אלץ מער זכיות, ביז וואנענט אז ס'ווערט יעדער טאג הונדערט מצוות און יעדער טאג הונדערט ברכות פון דעם אויבערשטן,
¶30ועוד והוא העיקר, אז דורך דערויף, ווי דערמאנט פריער במיוחד, וואס יעדער בר אדער בת מצוה האט מוסיף געווען אויף אלע מצוות וואס זיי טוען בלאו הכי אויך א הוספה אויף צדקה, און מה טוב אין א מספר פון א דאלאר, און א מספר פון הונדערט,
¶31על דרך ווי א דאלאר האט דאך הונדערט פרוטות, זאל אזוי אויך דער אויבערשטער זיכער מקיים זיין זיין הבטחה, און וועט געבן אידן אלע ברכות וואס ס'איז דא, און מ'זאגט ”מה הוי' אלקיך שאול מעימך” אז דאס הויבט זיך אן וואס דער אויבערשטער בעט זיך בא יעדע בר מצוה,
¶32און בת מצוה, און מ'זאגט אויף דערויף אז תקרה מה אלא מאה אז דאס איז כולל אין זיך הונדערט סוגים פון מצוות און הונדערט סוגים פון ברכות.
¶33ועוד והוא העיקר, אז דער אויבערשטער בענטשט יעדער בר מצוה און בת מצוה, צוזאמען מיט די עלטערן וואס האבן זיי אזוי מחנך געווען, און וועלן ווייטער ממשיך זיין אין דעם חינוך מתוך שמחה וטוב לבב, אז זיי זאלן גיין מחיל אל חיל, ווי מ'לערנט אפ פון די נרות חנוכה, אז יעדער טאג קומט-צו נאך א ליכטל,
¶34און מ'הויבט אן גלייך פון דער ערשטער ליכטל מאכן די ”ברכה שהחיינו וקיימנו והגיאנו לזמן הזה”, און דאס איז מען מוסיד דערמיט, די אלע נרות חנוכה פון דעם גאנצן חנוכה,
¶35וואס מ'האט איין מאל געמאכט בתחילתו אדער גלייך נאך דער תחילה דער ברכת שהחיינו אזוי איז דער אויבערשטער בענטשט אים ער זאל האבן נאך לענגערע ”שהחיינו וקיימנו והגיאנו לזמן הזה”,
¶36בפרט א בר-מצוה ובת-מצוה און זייערע עלטערן, ובפרט אז ווי דערמאנט פריער, וועט יעדערן פון זיי צוגעבן נאכמערער אין די החלטות טובות אויף זיין א בר-מצוה ווי ס'דארף צו-זיין און בת-מצוה ווי ס'דארף צו-זיין,
¶37וואס דורך דערויף וועט זיין תוספת נחת רוח אמיתי פאר די עלטערן און די זיידעס און באבעס און די גאנצע קרובים און די גאנצע משפחה, ובפרט אז מ'גיט יעדערער פון זיי צו א דאלער, וואס כאמור איז כולל אין זיך הונדערט פרוטות,
¶38און דאס איז מרמז, ווי דערמאנט פריער, ווי די גמרא זאגט, אז דאס איז מרמז אז דורך דערויף וואס מ'גיט אויף צדקה, גיט דער אויבערשטער מידו ”המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה” מערער וויפל מ'קען פון אים מאנען, נאר ער גיט אויף צדקה, ווי דערמאנט פריער, פון זיין האנט, און זיין ברייטער האנט, ועוד והוא העיקר תיכף ומיד ממש,
¶39און מ'גייט מחיל אל חיל אלץ מוסיף זיין אין נר מצוה ”ותורה אור”, ביז דער חנוכה הבשלימותה, וואס דאס וועט זיין תיכף ומיד ממש, אין בית ה”מקדש השלישי, מקדש אדנ' כוננו ידיך” צוזאמען מיט דער מנורה וואס אין בית המקדש, און צוזאמען מיט ליקו נרות וחצות קדשך ועוד והוא העיקר, תיכף ומיד ממש.
¶40און דאס וואס מ'מאכט יעדערן פון אייך, און די קרובים וואס זיינען דא מיט אייך צוזאמען, א שליח אויך אויף צוגעבן דורך דעם דאלאר אדער דורך דעם חילוף נאך א צדקה איז היילט דאס נאכמערער צו די גאולה האמיתית והשלימה, ביז וואנענט אז ס'קומט תיכף ומיד ממש.