עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-yq6x3v3q

kind
paragraph
order
Aw
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
כוונה איז בתכלית, מן הקצה אל הקצה, אדער כדי ס'זאל זיין דער ענין אויך פון אתהפכא חשוכא למהורא ומרירו למיתקו אין תכלית השלימות, במילא דארף דאס זיין מן הקצה, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס האט אויך א שייכות בכללות צו דעם ענין התענית, וואס בכלל איז דאך דאס תענית מדברי סופרים, דא כמה תעניות מדברי סופרים, ס'איז דא דער אויפטו פון דעם תענית פון עשרה בטבת, אז ער איז עשרה שבעשירי דער חודש טבת, אנהויבנדיק דער רעכענונג פון ראש-חדשים פון חודש ניסן, איז דעמאלט סיי דאס איז א שנה פשוטה סיי דאס איז א שנה מעוברת, איז אלעמאל דער חודש טבת, דער חודש העשירי, אנהויבנדיק פון חודש הגאולה, וואס ער איז דאך דער ראש חדשים הוא לכם לכל חדשי השנה, ובמיוחד צו די שנים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט שנת פון וואס ס'איז קרוב קץ הגאולה, און ניט נאר קרוב קץ הגאולה, נאר ס'איז שוין לאנג דורכגעגאנגען, כלו כל הקוצין און שוין אויך דא דער ענין פון די אלע הכנות בזה,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions