English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

22 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1בהוספה צו די אלע ברכות וואס דערמאנט פריער, און צו די אלע ענינים ווען ס'האט זיך גערעדט פריער וועגן ”ואהבת לרעך כמוך” און דאס וואס מ'גייט דאך דערנאך פאנאנדער איז דאס מערניט ווי בחיצוניות ובגשמיות, אבער בפנימיות און נשמה-דיק איז פארקערט, ווערט מען נאך שטארקער פארבונדן איינער מיטן צווייטן,

2ובפרט אז מ'פארבינדט זיך דאס מיט א שול וואו מ'דאוונט, און מיט א שול וואו מ'לערנט, און מיט א שול וואו מ'גיט צדקה, וועט דאס איז דאך דער ארט וואו מ'האט זיך איצטער צוזאמענגעקליבן און פארבונדן מיט נשיא דורנו א בית הכנסת ובית המדרש פון דעם רבי'ן דעם שווער,

3זאל דאס נאכמערער מוסיף זיין אין די החלטות טובות וואס א איד וואס האט זוכה געווען און דער אויבערשטער האט אים געהאלפן די עלטערן אז זיי זאלן אים ערציען, און ער איז געווארן א מחוייב במצוות, א בר מצוה, אדער על דרך זה אויך אין א בת מצוה, אדער אט די וואס גרייטן זיך צו דעם,

4וואס דאס וועט זיין אין א צייט לאחרי זה, אבער מ'האלט אין מיטן די הכנות דערצו, ועד?"ז אט די וואס האבן שוין געפראוועט בר אדער בת מצוה, און מ'האט דאך אבער די החלטה טובה, אז יעדער טאג וואס מ'זאגט ”מודה אני לפניך” פון דאסניי איז מען מודה צו דעם אויבערשטן נאכאמאל אויף אלע זיינע חסדים וברכות,

5און מ'איז צו אים מודה אז מ'וועט זיך פירן ווי דער אויבערשטער וויל.

6זאל אזוי זיין בא יעדערן פון אייך, און על דרך זה אויך בא אייערע עלטערן וואס האבן אייך מחנך געווען אין אידישן וועג און אויך אין חסיד'ישן וועג, און די מלמדים און די מלמדות וואס האבן אייך ערצויגן און געלערנט מיט אייך די דינים, און אויך די זיידעס מיט די באבעס מיט די אלע קרובים וקרובות, בא יעדערן די אלע ברכות ווי גערעדט פריער,

7כולל אויך די ברכה פארבונדן מיט בר ובת מצוה, אז מ'באקומט א באנייטן כח און חיות, אז נאכמער צו נוצן דאס אין 'לימוד התורה' און 'וקיום המצוות', ומתוך כח ושמחה פון דעם אויבערשטן ברכות והצלחות בזה,

8ובפרט נאך ווי דער מנהג, ווי דערמאנט כמה פעמים, וואס ס'ווערט אלץ מער נתפשט אז יעדער בר-מצוה אדער בת-מצוה אין דעם טאג פון זייער בר-מצוה אדער בת-מצוה איז מען מוסיף אין די ענינים פון צדקה,

9נוסף וואס מ'איז מוסיף אין ענינים פון 'לימוד התורה' און דעם קאפיטל תהלים וואס איז פארבונדן מיטן יאר פון בר-מצוה, דער יאר פון בת-מצוה,

10און מ'וועט על דרך זה אויך טוען די עלטערן זייערע און די קרובים זייערע וכו,' וואס דאס אלץ איז נאכמערער מוסיף אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות,

11אז יעדער בר-מצוה האלט אין איין-וואקסן אין מקיים-זיין זיין נייע מציאות, וואס ער איז געווארן א מחוייב און א זכאי אין 'לימוד התורה' וקיום מצוותי',

12און אזוי אויך בת-מצוה, און דאס אלץ הייבט נאכמערער צו די צייט וואס דעמאלט ווערט יעדער איד און אלע אידן אין דעם 'קיום המצוות' אין אן אופן פון טאן די מצוות ”כמצות רצונך” אז מ'וועט טאן די אלע מצוות אין א מעמד ומצב פון גאולה, אמיתית אין שלימה,

13און מ'וועט טאן די אלע מצוות ”אין ארצנו הקדושה”, און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש, ובבית המקדש, ביז אין קודש הקדשים, ובפרט נאך אז מ'פארבינדט דאס מיט נתינת הצדקה בכלל,

14און מיט נתינת הצדקה ווי דערמאנט פריער אין פארבינדונג מיט טאג פון בר-מצוה אדער בר-מצוה, אדער אויב דאס קומט אויס בשבת ויו' טוט מען דאס ערב שבת ויו' טוב, און אויך אויף מארגן נאך שבת ויו' טוב.

15און די אלע החלטות טובות זאל מען נאכמערער צוגעבן, דורך דערויף וואס מ'איז מחליד בזה, אין א בית הכנסת ובית המדרש און אין א זמן זרקאי פון בר מצוה אדער בת מצוה,

16נאכמער הצלחה, אז מ'זאל און מקיים זיין ”כמצות רצונך” ווי נאך מעגלעך אין דער זמן פון גלות, און דאס זאל נאכמערער צוהיילן מ'זאל טאן אין די אלע ענינים ”כמצות רצונך” בתכלית השלימות,

17ווארום ”לא עיקבן אפילו כהרף עין”, און מ'האט גלייך די גאולה האמיתית והשלימה והטרוק וענני שמיא.

18אז תיכף ומיד לאיקרום אפילו כהרף עין, און ווי דער רמב"ם פסק'נט, אז מ'איז מוסיף איין מצוה במעשה אדער דיבה אדער במחשבה איז מכריע עצמו אין כל העולם כולו,

19און ברענגט הצלה וישועה, און ס'ווערט גלייך מקויים בא יעדער אידן, וואס יעדער איד ווערט דאך אנגערופן בשם יעקב ווארום ער שטאמט דאך פון יעקב און האט אין זיך א ניצוץ פון יעקב'ן,

20און יעקב האט א ניצוץ פון זיין נשמה אין נשמת יעקב, און האט נאך אט דעם ניצוץ, ס'שטייט בתכלית השלימות, ווארום ער איז געווארן א בר מצוה און בת מצוה,

21און די אלע ענינים טוען זיך אפ בתכלית השלימות, וכאמור, אז ס'ווערט גלייך דער ”וישב יעקב בארץ מגורי אביו בארץ חנען” א התיישבות בשלוה, ווארום דאס קומט צוזאמען מיט די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, און ס'ווערט גלייך די שלוה האמיתית, ווי מ'האט ערשט געזאגט אין צוזאמענהאנג מיט י'ט'כסלו,

22אז ”פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ברבים הי' עמדי” און פון דער גאולה פון י'ט' כסלו, וואס איז געווען מיט א טאג פאר דעם, טאנצט מען בקרוב ממש אין דער גאולה האמיתית והשלימה, צוזאמען מיט משיח צדקנו, ובפשטות, ולמטה מעשרה טפחים, און אין אופן דהולך ומוסיף ואור.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים