Paragraph
Paragraph rh-ymmak0wc
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-3g073qkc
- order
- b
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- פון דער משנה, אז מנין אפילו חמש און אפילו שלש און אפילו שנים און אפילו אחד, שנאמר בכל המקום אשר אזכר את שמי אבוא אליך וברכתיך לשון יחיד. וואס דאס זאגט ער גלייך אין אנהויבן פון דעם מאמר, וואס דאס איז גלייך אן ענטפער צו די וואס וועלן גלייך אנהויבן מיט די שאלות הידועות אויף אפקילן זיך, און עד כדי כך אז מ'קילט אפ אויך דעם וואס ס'קעפינט זיך ארום זיך, אזוי ווי ס'איז שוין שפעטער נאכט, און מ'דארף גיין סוכן נייען אידן צו זיך מיט וועלכע וואס מ'קען מיט זיי זאגן און רעדן א ווארט חסידות, דאס איז דאך תורה שבעל-פה, דארף מען דאס פארשטיין על כל פנים ניט נאר די פסוקים וואס ווערן דארט געבראכט, די תורה שבכתב שבזה, נאר אויך די מאמרים במיוחד, די ביאורים ולכל לראש, דער מוסר השכל, וואס מ'דארף דער ארויסנעמען וועגן החי יתנו לבו, האט מען דאס גלייך גלייך אין התחלת המאמר, אף על פי וואס די נקודה פון מאמר איז, און ווי ס'איז פארשטאנדיק אין דעם בריוו איז געווען די כוונה און דער רצון און דער חפץ פון דעם בעל הגאולה, אז מ'זאל לערנען אט דעם מאמר דוקא בעשרה אדער נאכמערער, האט ער אבער אויך אראפגעבראכט דעם המשך כל המשנה כולה, ביז אזכיר את שמי ובורכתיך, ובפרט נאך אז דאס איז אן ענין, אזכיר את שמי וברכתיך וואס דאס איז נוגע אויך בא אט די עשרה וואס קלייבן זיך צוזאמען, דארף מען דאך אויך האבן די תכלית העילוי וואס ס'איז דא מערניט ווי אזכיר את שמי וברכתיך וואס אין מקרא יוצא מידי פשוטו, און ווי ס'שטייט דאך אין תורה שבעל-פה, אז דאס מיינט מען במיוחד דעם ענין און דעם ארט וואס דארטן זאגט מען דעם שם ככתבו, דעם שם העצם און דעם שם המיוחד און שם המפורש, וואס דאס איז דאך געווען אין בית המקדש, בשעת כהנים האבן דארט געדוכנט, האבן זיי דאך אויך דאס געזאגט דעם שם המפורש, ביז ס'איז געקומען די צייט, אז מפני הצ�ויים, מפני הרמיים האט מען דאס דעמאלט אויפגעעטאן מערניט ווי דער כהן גדול אין קודש הקדשים,
- proofread
- 0