transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1ס'איז דאך כרגיל כמה פעמים, איז דאך פונקט אזוי ווי מיוסד אויף דערויף וואלט די גמרא זאגט אז ”אל יפטור אדם וחבירו אלא מתוך דבר הלכה”,
¶2ביז וואנענט אז ס'איז דאך אויך א מנהג העולם און א סיס לי כרתא אזל בנימותא אז בשעת ס'קומען אורחים, און דערנאך האלט מען פאנאנדערפארן זיך,
¶3איז א מנהג, כאמור, אז מ'מאכט א צאת פון לשלום, און דאס איז דאך פון די מנהגים, וואס כאמור אזוי זאגט מען אז עשית לקרתי אזל בנימותא.
¶4ובפרט נאך אז מ'האט זיך דאך אזוי געפירט במשך שנים שעברו, און אפילו אז ס'וואלט געווען צום ערשטן מאל, איז דאך בשעת אידן האבן א געלעגנהייט צוזאמענקלייבן זיך כמה וכמה אידן צוזאמען,
¶5ובפרט נאך אין א ”מקום שמגדלין בו תורה” און 'מגדלין בו תפילה' אין אן ארט וואס ס'איז דא שיעורים קבויים 'בלימוד התורה', נוסף וואס דאס איז דאך אויך א מקום קבוע פאר לימוד פון א ישיבה, ביחד, כאמור, וואס מגדלין בו אויך תפילה,
¶6און וואס דא קומט דאך צו דער הוספה אז דא איז ”מגדלין בו תפילה” ס'קען דאך זיין תפילה ע"ד הרגיל, און תפילה אז מ'פארבינדט דאס מיט עבודת התפילה, וכמבואר בארוכה אין קונטרס התפילה ובכמה מקומות ווי אזוי דאס ווערט געטאן ע.
¶7ידי התבוננות לפני התפילה בכלל, וואס אייגענטלעך איז דאך דאס א דין ברור אין שולחן ערוך, ס'איז דאך א פלא גדול ביותר וואס ס'איז א דין ברור וואס ס'איז גאר ניטא אין דערויף קיינע ספקות וחלוקי דיעות וכו', און ווי ס'איז פארשטאנדיק פון לשון השולחן ערוך, איז דאס דער חיוב בזה בכל יום ויום,
¶8סיי התבוננות בגדלות הכל, און סיי התבוננות אין שפלות האדם, און אעפ' כן איז מען ניט ”משים לב לזה”, עכ"פ שימת לב הראוי',
¶9וואס מיבאלד אז מ'רופט דאס אן בשם התבוננות, און מ'פארבינדט דאס אז דאס דארף עושי רושם זיין אין זיין אמירת התפילה איז דאך פארשטאנדיק,
¶10אז ניט מ'מיינט אז ער זאל א טראכט טאן דרך אגב אדער דורכלויפנדיק, אדער שטחיות'דיק, אז ס'איז דא א זאך ווי גדלות הא-ל און שפלות האדם און דערנאך איז גלייך אריבערגעגאנגען אין דעם ענין שלאחרי זה נאר דאס מיינט מען,
¶11ווי בפשטות דער תוכן פון דעם פסק דין ברור, אז דאס דארף זיין אין אן אופן פון התבוננות, און אין אן אופן אז ס'זאל זיין רשומו ניכר אין דער תפילה וואס ער זאגט לאחרי זה,
¶12רשומו ניכר א ראשם וואס דאס איז מתאים לענין התפילה, וואס דאס איז דאך ”כעבדא קמי מרי'” וואס דאס איז דאך אויך א פסק דין ברור, מיט אלע פרטים שבדבר, כמבואר אין הלכות תפילה,
¶13און דערנאך בא א צווייטער תפילה איז ווייטער דא דער זעלבער דין, מיט אלע פרטים שבהלכה זו.
¶14וואס אפילו אז מ'זאל זיך דינגען, אז דאס מיינט מען ניט בא יעדערער פון אלע דריי תפילות, מערניט ווי א תפילת הבוקר, וואס דאס דארף מען דאך האבן אויף דערויף פרייעות און נוכחות וכו',
¶15אע' פי וואס דאס שטייט אין די סימנים וואו ס'רעדט זיך וועגן תפילת הבוקר, ער איז דאך עתה כרוחלו לעזל ולימנה, ער דארף זיך דאך אבער ניט איבער'חזר'ן נאכאמאל בשעת ס'קומט צו תפילת המנחה און תפילת הערבית ס'איז דאך דער זעלבער טעם צוליב וואס מ'דארף דאס האבן אין תפילת הבוקר,
¶16איז דאך כדי דערנאך זאל זיין די תפילה כדרוש, ”כעבדא קמי מרי'” איז דאך דאס דער זעלבער ענין בכל התפילות.
¶17איז דאך ידוע אין דערויף די שקלא וטריא, אז מ'זעט פון כמה ענינים וואס ס'איז א פעולה נמשכת פון תפילת הבוקר, וואס דערפאר חזר"ט מען דאס ניט איבער אין תפילת המנחה און אין תפילת ערבית, ווי דאס איז אזוי אין הלכה כפשוטה בנוגע פארוואס תפילת בבוקר מוז האבן הקדמת הקריאת שמע,
¶18משא' כן אין תפילת מנחה איז דאס ניטא.
¶19וואס מ'זעט דאך בפועל, און מובן בפשטות, אז קריאת שמע איז נוגע צו דעם אופן התפילה, אעפ' כן במנחה איז ניטא דער ענין הקריאת שמע, איז דאך איינער פון די טעמים סיי אין נגלה פון סיי אין קבלה און אין חסידות, דערפאר וואס דעמאלט איז די פעולה נמשכת פון דער ”אמירת קריאת שמע” וואס ער האט געזאגט בתפילת הבוקר.
¶20משא' כן אז ס'קומט דערנאך תפילת ערבית, איז דערנאך דארף ער האבן ווידער אמאל קריאת שמע אף על פי כן איז אבער אויך רי שומו ניכר פון זיין עבודה בתחילת היום אין תפילת הבוקר וואס דערפאר איז דעמאלט ניטא דער ענין פון פסוקה דזמרה, מיט די גאנצע אריכות של ברכת קריאת שמע,
¶21איז דאך אין תפילת הערבות ניטא, אעפ' וואס אויך דעמאלט איז דאך כוונתה כדי די קריאת שמע און תפילה זאלן זיין כדרוש, אעפ' כן זאגט מען אין פסוקה דזמרה בלילה, איז דאך אויך איינער פון די ביאורים אז אויף דערויף איז מספיק אט דאס וואס ס'בלארבט רשומה אין עיקר פון
¶22”אמירת פסוקה דזמרה” בתחילת היום, בתחילת הבוקד.
¶23וכמבואר באחרונה, כאמור, סיי אין ספרי נגלה און סיי אין ספרי חסידית וקבלה.
¶24וואס לכאורה האט דאך אן ארט צו דינגען זיך אויך בהנוגע צו די התבוננות וואס מ'דארף האבן, ועד"ז אויך פון יא פרוטה לעני ואדר מצלע,
¶25וואס בערבות איז דאך דאס ניטא, און במנחה איז דאס ניט מיט אזא מין הכרח וחיוב ווי דאס איז בא תפילת הבוקר, און מ'זאגט אז איינע פון די טעמים איז אויך דער טעם האמור, אז ס'איז דא דער ישומו דערפון וואס ער האט דאס געטאן אין תפילת הבוקר, איז דאך דאס אבער אלץ במה דברים אמורים?
¶26בשעת ס'רעדט זיך וועגן ענינים וואס זיי זיינען הכנה אדער הקדמה אדער הכשר, און ווי מ'זאל דאס ניט אנרופן, ניט דער ענין התפילה אליין.
¶27די התבוננות אין גדלות הכל ושפלות האדם אט דאס איז דער תוכן התפילה, וואס דארף זיין עבדא קמי מרי,"' ווי אזוי ווי ס'שטייט ווי אן עבד איז דאס פארבונדן מיט התבוננות בשפלות הכל, ניט דאס איז א הכשר, דאס פועל"ט ביי אים דאס וואס ער ווערט אן עבד, ער ווערט די חפצא וואס איז מתפלל,
¶28עדז בהנוגע קמי מרי,"' איז ווי אזוי פילט ער בא זיך אז דאס איז מרי,"' און פילט דאס לאמיתתו און דאס נעמט אים דורך איז דורך די התבוננות, וואס דאס איז א התבוננות אין דעם ענין עצמו, ניט אין א ענין של הכשר במקום אחר והקדמה במקום אחר וכו'.
¶29על כל פנים ס'איז דאך אין כאן המקום להתפלפל בזה, דאס איז דאך אבער לכל הדיעות אז בתפילת הבוקר דארף דאס זיכער זיין, און דארף זיין ווי פארשטאנדיק אין פשטות ההלכה וואס מיט א הלכה קען מען דאך ניט מאכן קיין רמזים און פלפולים וכו' צום אלעם ערשטן דארף מען איר מקיים זיין כפשוטה ובכל פרטים.
¶30וואס דאס איז, כאמור, א הלכה ”בתפילת כל יום” ויום.
¶31אין תפילת הבוקר איז גאר אין דערויף גאר ניט שייך קיין דינגען זיך, אפילו בנוגע צו מנחה ומעריב איז נאך אויך א שקלא וטריא ארוכה וכו'.
¶32אבער אעפ' כן, ולאחר מאמר מוסגר זה, איז לאחרי כל זה, איז אפילו אז ס'איז דא א מנין, אדער מער ווי א מנין, און ניט אלע פראווען דעם ענין פון התבוננות ככל הדרוש, וויבאלד אבער אז די אלע צען ווערן איין מציאות,
¶33און דעמאלט זאגט מען דבר שבקדושה וכו' איז ווען איינער פון זיי, על כל פנים, האט אט די התבוננות איז אט דעמאלט איז יש מקום לומר, אז דאס איז על דרך ווי דער שליח ציבור, וואס מוצה את הציבור לגמרי איז בדומה איז דאס ניט, ווארום דאס איז א ”מצוה שבגופו”,
¶34אז שליח ציבור קען מוצה זיין א חורין בהנוגע צו כמה וכמה ענינים, ועל דרך זה בכלל המחוייב בדבר איז מוסיף אן אנדערן וואס ער איז מחוייב בדבר.
¶35אט דער ענין איז א ”מצוה שבגופו”, אבער אעפ' כן ”ללמד זכות” על ישראל איז דאס אויך א ענין.
¶36וואס דערפאר, כאמור, לאחרי מאמר מוסגר זה, איז בשעת מ'האט א געלעגנהייט אז אידן קלייבן זיך צוזאמען 'בשמחה ובטוב' לבב, כמה ”וכמה ביחד, אין” א ”מקום שמגדלין בו תורה” און 'מגדלין בו תפילה',
¶37און מ'טראכט ווי אזוי נאכמער מוסיף זיין ”אין עניני טוב” און קדושה, סיי אין תורה און סיי אין תפילה און סיי אין מצוות איז דאך דאס א זעלטערנע געלעגנהייט מצד חשכת הגלות, וואס דאס איז דאך היפך פון חושך.
¶38ובפרט נאך, כאמור, ווען מ'מאכט דאס בעשרה בישראל, וואס שכינתא שערי אפילו קישנה עוסקים בתורה ומצוות, ווי ער זאגט אין אגרת הקודש, עאכו' כמה
¶39אז דאס ווערט אין א מקום זכאי און אין א זמן זכאי ראש חודש איז דאך א זיכערע זאך אז מ'דארף ניט האבן קיין ביאורים און זיכער ניט קיין אריכות ווי אזוי מ'קען אויסנוצן אט די געלעגנהייט וואס מ'קומט זיך צוזאמען אין א שטורעם נאכמערער איז סיי בנוגע צו תורה ומצוות ותפילה,
¶40די ”שלשה דברים שעליהם העולם עומד”, דער עולם ”קטן זה האדם”, וואס בשבילו, צוליב ”אתם קרויים אדם”, איז נברא העולם דער עולם כפשוטו, דער 'עולם גדול', וואס ער איז דאך אויך עומד על ”שלשה דברים אלו”, וואס דאס זעט מען דאך אפילו 'בעיני בשר',
¶41און אפילו ניט-אידן, אז דאס איז א ענין הכרחי שהזמן גרמא, טאן ובהקדם ויפה רגע אחת קודם אויף אויף אויףהאלטן די וועלט אז זי זאל שטיין און זי זאל האבן א קיום,
¶42און זי זאל זיין א וועלט וואס אין איר זאל זיין ניכר ”לשבת יצרה” בהנוגע צו ניט-אידן, דורך על ידי הקיום פון די שבע מצוות דלהו וכל הפרטים שבדבר, בנוגע צו ”עשיתי ארץ ואדם עליה בראתי”,
¶43”אתם קרויים אדם” בנוגע צו תורה ומצוותי' אין וועלכע זיי זיינען מחוייב און אין וועלכע דער אויבערשטער האט זיי מזכה געווען, ביז אין אן אופן אז ”לפיכך הרבה להם תורה” ומצוות.
¶44ובפרט נאך אז ס'קומט נאך צו אט די הלכות וואס ”אל יפטור אדם מחבירה אלא”, וכמדובר כמה פעמים ווי די גמרא זאגט אז דאס איז א דיוק, אז דאס איז לעיכובא,
¶45און ס'איז דאך פארשטאנדיק אז אהבת ישראל און אחדות ישראל איז א 'כלל גדול בתורה', און אט דא קומט אמאל, מיט אמאל,
¶46אז צוויי אידן אדער מערער אידן זיינען צוזאמען, און דערנאך ”יפטור אדם וחבירו” איז מען גלייך מכריז אז ”אל יפטור אדם וחבירו”, איי ער דארף זיך דורכפירן זיין שליחות במקום מסויים ובזמן מסויים ובאופן מסויים,
¶47און עד"ז דער צווייטער און דער דריטער וואס דערפאר דארף מען זיי יעדער טאן אין אן אנדער ארט, אין אן אנדער אופן, גיט מען אויף דערויף גלייך די עצה, אז וויבאלד ער איז ”פטור מחבירו אלא מתוך דבר הלכה” איז דערנאך ווי ער איז מסיים ”שמתוך כך זכרהו”,
¶48אז וויבאלד אז זיי פאנאנדערגיין זיין איז אין אזא מין אופן איז דאס ניט קיין ריכטיקער פאנאנדערגיין זאך, דאס רופט זיך אן בשם יפטור, ער גייט אין א צווייטן ארט, דאס איז זיך אבער ניט פאנאנדערגעגאנגען,
¶49עאכו"כ זיכער ניט קיין פירוד, ווארום וויבאלד אז ”מתוך כך זכרוהו”, און אז מיט א זכרון וואס איז פארבונדן מיט תורה, וואס תורה איז בעהבה אויף מציאות,
¶50און תורה קען משנה זיין מציאות און איז משנה מציאות, און דאס איז א זכרון וואס ”תורת אמת” זאגט אז ”מתוך כך זכרהו” איז אט דעמאלט פארשטאנדיק אז דאס איז אינגאנצן ניט פאנאנדערגעגאנגען, ס'איז מערניט וואס מ'נעמט יעדערער מיט זיך א טייל פון דעם צווייטן ער זאל אים אויך ארויסהעלפן דאס וואס ער געדענקט אז מ'איז געווען צוזאמען,
¶51און גערעדט צוזאמען, און געלערנט צוזאמען, און געדאוונט צוזאמען וכו' וועט דאס אים אויך ארויסהעלפן אין מילוי שליחותו במקומו שלו ובאופן שלו.
¶52ובפרט נאך לא תורה הידועה, ווי דערמאנט בא פריערדיקע התוועדות, וואס שטייט אין הלכות עירובין וואס מ'מאכט ערב שבת אן עירובין, אז ב”מקום שמחשבתו של אדם משם” הוא נמצא, און דערפאר, וויבאלד אז ער טראכט וועגן פטו, און די פטה געפינט זיך במקום אחר,
¶53אפילו ס'קען זיין א ריחוק גדול ביותר ממנו, אויב ער געפינט זיך אין א עיר וואס זי איז ”מהלך שלשת ימים” אדער נאך א גרעסערן מהלך איז דאך די גאנצע עיר האט א דין פון ד' אמות בנוגע צו הלכות ערוב, און דערנאך קען נאך זיין דער ערוב נאך ביז סוף פון אלפיים אמר,
¶54און מ'זאגט אז ער געפינט זיך בעיר און די עיר איז א עיר גדולה, וגדולה באמיתית גדולה, ביז אין אן אופן אז ס'קען גאר זיין פרזות תשב,
¶55דאס וואס זי ווערט גערעכנט כד' אמות איז דאס ניט פארבונדן דערמיט וואס זי האט א חומה, ס'מאכט ניט אויס אז זי האט ניט קיין חומה, ס'דארף נאר האבן א המשך פון דיורים פון הייזער פון אט דער שטאק,
¶56איז דערצו קען ער נאך מוסיף זיין, אלפיים אמא, און מ'זאגט אז ער איז מקבל שבת און טוט כל עניניו באמצע העיר אדער בקצה השני של העיר, און דערנאך,
¶57אז ער דארף עפעס טאן לסוף אלפיים עמו מחוץ לעיר בשבת איז ער מקיים די תפקידו ושליחותו דארטן, ווארום נאך ערב שבת איז ער דארט געווען 'שם הוא נמצא'.
¶58וואס דאס איז נאכמער מחזק דעם ענין פון זכריהו, און אין דערויף איז נאך אויך דא דער דיוק וואס מ'זאגט אז יפטור ”אלא מתוך דבר הלכה שמתוך כך זכרוב"”,
¶59דער לשון מתוך, וואס דאס גיט אויך א הסברה, מ'ווייס דאך אז ס'איז דא דער חילוק על פי תורה פון ”ראשיכם שבטיכם” ביז ”חוטב עציך ושואב מימיך”, ס'איז דא דער חילוק בין ארץ לארץ,
¶60ארץ וואס מגדלת אזעלע פירות אדער אנדערע פירות, פירות אויך כלול די מענטשן וואס לעבן אין דער ארץ, אין דער מדינה, עאכו' כמה דער חילוק פון חוץ לארץ און 'ארץ הקודש'.
¶61אעפ' כן זאגט מען, אז ס'הויבט זיך גאר ניט אן, מ'איז גאר ניט נפרד געווארן חס ושלום, מ'שטייט מיטן גאנצן שטורעם פון אחדות, עאכו"כ אחדות,
¶62עאכו"כ שלילת פון פירוד חס ושלום באיזה ענין שיהי', נאר דאס איז ”כאיש אחד בלב אחד” און צוזאמען דערמיט זאגט מען אז דאס איז ארץ ישראל און דאס איז חוץ לארץ,
¶63און דאס איז אן ארץ מגדלת, אז איינע אנשים, און א צווייטע ארץ מגדלת, אנדערע אנשים, וואס דאס באציט זיך אויך אויף די אידן בא זיינעם בארץ ההיא, ווי פארשטאנדיק פון דעם סיפור ווי אזוי ס'האט גע'פועל'ט אויף אידן ווען זיי זיינען געקומען אין עביל וואס ס'איז געווען השיטים ”נכנס בו רוח שטות וכו'”, מערניט ווי דרך מאמר,
¶64עאכו"כ אז מדינה, ווי ער איז געבארן געווארן און נתחנך געווארן, האט דאך דאס אויף אים א השפעה?
¶65און ווי דער רמב"ם פסק'נט דערפאר אפ מיטן גאנצן שטורעם אין הלכות דיעות, אז וויבאלד אז האדם הוא מדיני, איז אויב ער לעבט אין א מדינה וואס דאס איז ניט מתאים צו פירן א אידישן לעבן איז אויף אים א ציווי און א חוב און א זכות ער זאל פון דארט אנטלויפן אפילו למדבח.
¶66בשעת דאס רעדט זיך וועגן א אידן וואס ער איז גרייט צו פאלגן דעם רמב און אוועקגיין פון ”ארצך ומולדתך מבית אביך” למדבר, איז דאך לכאורה וואס איז דא פאר אים מורא צו האבן?
¶67אז ער וועט זיין אין דער מדינה וועט דאס אים שאדטן, אז ער איז אזא מין 'מסירת נפש' אי אז ער דערהערט פון דעם רמב"ם, און ניט ”אל הארץ אשר הרגע”, נאר ער איז א מדבר וועט אים מקיים זיין דעם פסק דין, אעפ' כן זאגט מען אלט ווי אינו לידי נסיון און ער טאר ניט בלייבן בסביבה ההיא,
¶68סיידן ער האט דארט א שליחות וואס 'בהשגחה פרטית' שיקט מען דאך אמאל א אידן דוקא אין א מדבר שממה, כדי ער זאל מאכן פון דעם מדבר שממה זאל ער מאכן א גן,
¶69וואס דארטן ווערט א גנוני פון דעם אויבערשטן, פונקט ווי דאס איז געווען בא אידן בתחילתם, אז מ'האט זיי געשיקט אין א ”מדבר העמים”, און דאס איז געווען די הכנה, און דארט ווען זיי באקומען די תורה וכל הענינים, אז מ'זאל קענען מאכן פון ארץ שבעה אומות מאכן אן ארץ ישראל,
¶70אשר ”תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"”.
¶71איז אויף דערויף דער ענטפער, אז די גמרא איז מדייק אז ער דארף דאס טאן ”מתוך דבר הלכה”.
¶72וואס איז דער תוך פון דבר הלכה איז מבאר דער אלטער רבי, ובארוכה דער צמח צדק, אין ”תורה אור” בתחילתו, דעם דיוק הלשון וואס מ'זאגט אז וואס איז דער ענין פון בינה?
¶73אז ער איז ”מבין דבר מתוך דבר”.
¶74שטעלט ער זיך וואס איז דא דער לשון מתוך דבר?
¶75קען שטיין מאבין דבר מדבר, ווי ס'שטייט בכמה ענינים על דרך זה, נאר די אמת"ע הבנה פון בינה איז ווען ער נעמט ארויס דעם תוך פון דעם דבר וואס חכמה האט אים געגעבן, וואס ער ווייס שוין,
¶76און טוט מיט אט דעם תוך ככל הדרוש אט דעמאלט זעט מען אז ער איז א מבין, און דעמאלט קריגט ער פון דארט ארויס נאך מערער וויפל חכמה האט, בלשון החסידות וכו'.
¶77על דרך זה ”מתוך דבר הלכה”.
¶78דאס איז א דבר ברור, אז תורה פסק'נט א הלכה ווערט א שינוי אין מציאות, און א זיכערע זאך אז מ'ווערט בעה"ב אויף מציאות,
¶79דאס קען דאך אבער טאן בכמה אופנים, און ס'קען דאך טאן בדרכי נועם ובדרכי שלום, וואס דאס איז דרכי התורה, איז כדי ס'זאל זיין ”הליכות עולם לו” ווי תורה וויל, ובפרט ווי תורה וויל ב”סיומה וחותמות שלה”,
¶80און מ'פארבינדט דאס מיט תנו דבי אליהו המבשר הגאולה פון כל העולם כולו, וואס ער איז דארטן האט מען דאס אט דאס געלערנט אט דעמאלט דארף מען האבן דעם תוך פון דער הלכה.
¶81וואס וואס איז דער תוך פון הלכה?
¶82רש"י טייטשט אפ הלכה אז דאס איז דער טרוקענער דין, ניט די שקלא וטענה, דאס איז ”משנה וברייתא, והלכה למשה מסיני” ווי רש"י ברענגט אראפ, וואס האט אט דער ענין אין זיך דעם טאג?
¶83איז דער טאג זייערער אז דאס איז אשר קדשנו במצוותיו וצונו, ס'איז ניט הבנה, ניט השגה, ניט אריכות, ניט עמקות, ניט רחבות ניט כו', דאס איז אבער די גאנצע נשמה מיטן גאנצן טוב פון א הלכה איז נאך העכער ווי די 'הבנה והשגה' שבזה,
¶84מיטן גודל השכל וההסברה שבדבר וטעמא דקרא וכו' איז דער טוב פון א הלכה איז דער ענין וואס דאס איז ”דבר הוי' זו הלכה”.
¶85ווי די גמרא זאגט אין מסכתא שבת.
¶86וואס דעמאלט פארט אפ די שאלה, ווי אזוי קען זיין ביידע הפכים, אז מ'זאגט אז איינער גייט אין ארץ ישראל, און א צווייטער גייט אין חוץ לארץ,
¶87און איינער גייט אין א ענין פון ”שואב מימיך”, און דער צווייטער גייט אין א ענין פון ראשיכם מיט אלע דרגות שבינתיים, און אעפ' כן שטייען זיי אלע צוזאמען ”כאיש אחד בלב אחד” איז ניטא אין דערויף גאר קיין פרס, ס'וואלט געווען א פלא וואס ס'וואלט געווען אנדערש, ווארום פארוואס זיינען זיי לב אחד?
¶88דערפאר וואס זיי געהערן צום ”צור לבבי וחלקי” הוי,"' ווי דער אלטער רבי איז מבאר בארוכה אין אגרת הקודש, און ווי פארשטאנדיק אויך פון הלכה פסוקה אין רמב"ם, וואס דער רמב"ם שרייבט, אז א מלך איז לבו איז דאס לב פון 'כלל ישראל',
¶89אויב דאס איז אזוי ביי א מלך בשר ודן, עאכו"כ לויט דעם פסק דין פון דעם רמב"ם אז דאס איז אזוי בהנוגע צו ”מלך מלכי המלכים הקב", הוא”,
¶90וואס ער איז דאך אחדות הפשוטה, און מ'זאגט אז ער איז לב פון 'כלל ישראל', דער אלטער רבי איז דאס מבאר אין לשון החסידות והקבלה, אבער באמת ובפשטות אט דאס איז וואס דער רמב"ם זאגט, און מיט א כל שכן וקל וחומר פון א מלך בשר ודם,
¶91וכמובא בכמה מקומות במדרשי חז", אז מ'וויל מסביר זיין אין 'מלכותא דרקיעא' זאגט מען אין מדרש, ”משל למה הדבר דומה למלך בשר ודם”.
¶92און דערפון לערנט מען אפ אויף מלכנו שבשמים.
¶93איז אט דעמאלט פאלט אפ די שאלה, ואדרבא די שאלה ווערט פארקערט, ווי אזוי קען גאר זיין אנדערש בשעת דער אויבערשטער איז זרגות הפשוטה, און דער אויבערשטער איז לבן של כל ישראל,
¶94און ער געפינט זיך חלק אלוקה 'ממעל ממש', און אפילו די וואס האבן נאך ניט געלערנט דעם ענין אין תניא, זיינען זיי דאך 'מאמינים בני' מאמינים, אז יעדער איד איז באשאפן געווארן דורך דעם אויבערשטן, וואס ער איז אחדות הפשוטה,
¶95און ער ווייס און איז מאמין באמונה פשוטה, אז דער אויבערשטער איז ”מחדש בכל יום תמיד מעשה בראשית”, נאך איידער ער האט דאס געלערנט אין שער היחוד והאמונה מיט די אלע פרטים שבדבר, זאגט ער דאס בתפילתו בכל יום ויום,
¶96און אין א ברכה דארף בא אים ווערן א שאלה ווי אזוי קען גאר זיין אנדערש?
¶97ער ווייס פון זיך אליין אז ריבוש ”פליג לכל שייפין”, אע"פ וואס דאס איז א רגל און דאס איז דער ראש, איז דער זעלבער דם וואס ווערט פאנאנדערגעטיילט, ”הדם הוא הנפש” פון דעם לב, איז דער זעלבער דם גייט-דורך דורך אלע אברים,
¶98סיי פון עקב שברגל ביז דעם מוח שבראש וראש בכלל דארף גאר בא אים זיין א פלא, היתכן, אז מ'זאגט אז ס'איז דא א חילוק אין דעם.
¶99איי ס'איז דאך דא א חילוק אין דעם אבר ווייס ער פון זיך אליין, אז וואס איז זיין נפש און וואס איז אים מחייב, און וואס גיט אים קיום, און וואס גיט אים דעם גאנצן שטורעם, וואס א צווייטער וויל אים איינרעדן אז דאס איז ”כחי ועוצם ידי” זאגט אים דער צווייטער אויך אז דאס איז דער דם שבגופו,
¶100און אין דם דארף מען ניט האבן קיין הסברה, מ'זעט דאס בפשטות, אז דאס איז דער זעלבער דם.
¶101וואס עפי זה איז דאס א דבר המובן סיי צו אנשים סיי צו נשים סיי צו טף, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן דערמיט וואס מ'קומט פון א שנה שלפני זה וואס זי איז געווען די שנה זו איז זי געווען א שנת הקהל,
¶102וואס דעמאלט איז ”הימים האלו נזכרים ונעשים כאילו” ”מפי הגבורה שומה”, מיטן גאנצן שטורעם, ווי ער זאגט אין רמב"ם הלכות חגיגה.
¶103און דער עיקר, אז ס'קומט דערנאך אראפ ”אין המעשה הוא” העיקר, אז מ'נוצט אויס אט דאס וואס מ'האט געהאט נאכאמאל א געלעגנהייט אויף טרעפן זיך אלע צוזאמען במקום קדוש,
¶104כמדובר לעיל ”שמגדלין בו תורה” ותפילה, און טרעפן זיך מיט א החלטה תקיפה אויף נאכמער מוסיף זיין אין די אלע גוטע זאכן וואס מ'נעמט מיט פון חודש תשרי אין דעם חודש שלאחרי זה, וואס דאס איז דאך דער טאג וואס ער איז ביידע זאכן,
¶105דער מוצאי פון דעם טאג וואס דער טאג איז ביידע זאכן, דער יום ”שלשים וחותם וסיום” פון חודש תשרי, און ער ווערט אויך אנגערופן ראש חודש פון חודש מרחשוה יעדער רגע פון אט דעם טאג האט אין זיך ביידע ענינים,
¶106אפילו א רגע הכי קטן האט אין זיך אויך ביידע ענינים, וכמדובר כמה פעמים איז דאך נאך דא בשנה זו, אז התחלת השנה איז געווען אויך אין א טאג שהוכפל בו, אז אין אים איז דא צוויי זאכן וואס דערפאר זאגט מען אז הוכפל,
¶107ביחד עם זה זאגט מען אז יעדער רגע פון דעם טאג, ווי קליין דער רגע זאל ניט זיין, האט ער אין זיך ביידע זאכן, סיי שמים סיי בריות, און ביידע זאכן אין אן אופן פון טוב.
¶108וואס דאס זעט מען, און מ'נעמט מיט דערפון על כל השנה כולה, אז בשעת ”יפטור אדם מחבירו” איז דאס אין אן אופן וואס זכרהו, און ער איז זכרהו דורך דערויף וואס מתוך, ער פארבינדט זיך מיטן טוב פון דעם צווייטן אידן,
¶109און דער צווייטער איד פארבינדט זיך מיט זיין טוב, וואס דער תוך פון יעדער אידן און פון אלע אידן איז דאס דער תוך האמיתי, וואס דאס איז דער ”צור לבבי וחלקי הוי' לעולם” די אלקות וואס איז דא בא יעדער אידן, און וואס דער אלטער רבי איז אויף דערויף מדגיש, אז מ'זאל וויסן זיין אז דאס איז ממש,
¶110און דאס איז חלק אלוקה 'ממעל ממש', און ווי רבינו נשיאינו זיינען דאס מקשר און פארבינדן דאס מיטן מאמר וואס דער בעש"ט ברענגט פון ר' סעדיה גאון,
¶111אז 'העצם כשאתה תופס במקצתו', און ווי ס'שטייט אין א צווייטן ארט דער זעלבער לשון ווי אין תניא, כשאתה תופס כשאתה תופס בהחלק מהעצם איז אתה תופס בכולו,
¶112און אט דעמאלט איז יעדערער ווערט ניט פסק, און אסתופס אין דעם עצם, און בא ”כולנו כאחד”, און דאס איז ניט כאחד מיט א כ' הדמיון, נאר דאס ווערט לאמיתת הענינים ברענגט גלייך אראפ די גאולה האמיתית, וואס זי איז בדרך פארשטאנדיק אויך די גאולה השלימה, שאין אחרי' גלות כלל.
¶113און דאס הויבט זיך נאך אן אין דער זמן פון מעשינו ועבודתינו ערב הגאולה, וואס דעמאלט איז שוין ”לכל בני ישראל הי' אור במושבותיו”,
¶114און כל ”בני ישראל יוצאים ביד רמה”, ווארום אין אזא מין מצב ומאמר שטייט מען און מ'האלט זיך נאך זייענדיק אין ארץ מצרים, אין 'מיצרים וגבולים' פון דעם גלות, און מ'גייט מקבל זיין פני משיח צדקנו די יחידה הכללית פון גאנץ עם ישראל,
¶115און וואס ווערט אויך נתגלה די יחידה הפרטית וואס ס'איז דא בא יעדער פון אידן, און ס'ווערט ”יחידה לייחדך”, ס'איז ”ונגלה כבוד הוי'” און ונגלה די פנימיות פון למעלה, ביז פנימיות עתיק, כמדובר לעיל, און דער ”יחידה לייחדך”, צוזאמען מיט 'יחידו של עולם', גייען תלוקטו לאחד אחד בית ישראל,
¶116גייען אלע צוזאמען לארצנו הקדושה, ”ארץ אשר” ”תמיד עיני הוי' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה” יעדער איד און אלע אידן שלימות העם, און מ'נעמט מיט די תורה בשלימותה און 'קיום המצוות' בשלימותה,
¶117וואס אפילו אז ס'הויבט זיך אן טענות פון דעם צד שכנגד, אז אין דעם ענין איז פארפעלט אט דעם דיוק, און דארט ער פארפעלט כוונת האריז"ל וואס שטייט אין א פארווארפענעם ארט וואס ער האט נאך ניט געלערנט וכיו' בזה,
¶118ער האט דאך אבער בשלימותה די יחידה פון דער מצוה און די יחידה פון דער תורה און דער חיות שבהם, איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז מה דאך א 'תשובה תתאה',
¶119קען ממלא זיין כל החסרונות, עאכו' כמה וכמה א מעשה ופעולה מתוך יחידו שבנפש, אז די אלע ענינים, וואס ”אפילו ואם תמצא לומר” אז ס'האט עפעס געפעלט אין זייער שלימות ווערן גלייך נתמלא,
¶120און נאכמערער זיי שטייען אין א שלימות הכי גדולה, ביז וואנענט אז ”עמדו הכן כולכם” אויף מקיים זיין תורה ומצוותי', בלשון התפילה, ”כמצות רצונך”, מיט דער גאנצער שלימות, כמבואר בארוכה אין תורת חיים ויחי' אין המשך לקחה ובכמה מקומות, ובמהרה בימינו ממש, 'ובשמחה ובטוב' לבב.
¶121אמן.