עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

50 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1אזוי איז דאך בא קדשים איז דאך דער דין אז ה”לילה הולך אחר היום” במילא האט דאך א שייכות אויך צו דעם טאג וואס פאר דערויף, וואס דאס איז דער ”יום ראשון של” חנוכה, צוזאמען דערמיט האט מען דאך שוין געבענטשט די צווייטע ליכפו און דערנאך אויך תפילת מעריו, האט דאך דאס א שייכות צו דעם לילה וואס היום אחר הלילה,

2וואס דאס האט אין זיך דעם ענין פון ”הוכפל בו כי טוב”.

3די מעלה פון יום ראשון די חנוכה איז דאך, כמדובר כמה פעמים, אז צום אלעם ערשטן איז דאס א ראשון איז דאך אויך פון לשון ראש אז בכלל איז דאס כולל די כל הימים שלאחרי זה, בדוגמא ווי אז ראש איז כולל כל האברים,

4כמבואר אין לקוטי תורה, ובאריכות אין א תרש ראש, בתחילתו אין צוזאמענהאנג מיט ראש השנה, במיוחד נאך בהנוגע צו דעם ערשטן טאג פון חנוכה,

5וואס דעמאלט האט מען דאך געפונען דעם פך של שמן חתן בחתמו של כהן גדול און דאס האט אנגעהאלטן ”כל שמונות ימי חנוכה” אלו, האט דאך דאס אלץ פארבונדן מיט דעם ענין פון דעם יום ראשון, וואס דעמאלט האט מען געפונען דעם פך.

6ובפרט נאך לויט דעם פירוש, אז דערפאר מאכט מען אויך שעת הנסים ביום ראשון, דערפאר וואס דעמאלט איז געווען דער נס וואס מ'האט געפונען דעם פך חתון, אז מ'האט אים ניט אנגעריסט וכו' איז דאס אויך א נס, כאטש מ'דינגט זיך אויף וויפל דאס האט אויסגעהאלטן, ס'איז דאך אבער א תירוץ געבראכט פון גדולי ישראל,

7און אראפגעבראכט אויך אין פוסקים איז דאך דאס לויט אט דעם פירוש איז דאך דאס ניט נאר אן ענין וואס איז נעמען ”כל שמונת הימים”, נאר דאס איז אויך אן ענין נס,

8און אזא נס וואס איז אין זיך כולל דער נס וואס האט דערנאך געטראפן אין די שבעת ימים שלאחרי זה, אף על פי וואס לכאורה איז דאס געווען א נס פון אן אנדער סוג, דעם נס וואס מ'האט געטראפן בפך חתן בחותמו של כהן גדול איז דא ניט געווען קיין היפך הנהגת הטבע,

9ווערן מערניט ווי א דבר בלתי רגיל, אז אף על פי וואס מ'האט אנגערירט כל השמנים שבהיכה, איז איין פאך געבליבן גאנץ, און מ'האט אים ניט געפונען, ניט אנגערירט וכו' איז דאס אבער א דבר בלתי רגיל, ביז אז מ'דארף אנקומען צו א נס דאס איז אבער ניט קיין היפך הטבע.

10בשעת מ'האט אבער א שמן וואס ”תורת אמת” איז מעיד, אז לא היו בה להרליק אלא יום אחד וליקו שמונה ימים איז דאס א היפך טבע פון דעם שמן.

11איז דאך דאס נאך א גרעסערער נס פון דעם נס שביום ראשון, אף על פי כן, איז וויבאלד אז דאס גייט בחדא מחתא, און מ'איז דאס ניט מחלק אז מ'זאל מאכן א באזונדערשע חיינם, וויבאלד אז דאס איז אן אנדער סארט נס איז דערפון גופא א הוכחה, אז דאס איז א נס בערך פון דעם נס שביום ראשון.

12על כל פנים בהנוגע לעניננו, האט דאך די איצטיקע התוועדות א ענין וואס ס'דארף זיין בתחילת פון ימי חנוכה, וואס דאס איז דער ענין, כמדובר כמה פעמים, וואס מ'געפינט א פלא, וואס אף על פי וואס חסידות איז מבאר בכמה מקומות די שייכות פון צדקה מיט דעם ענין פון חנוכה,

13”אתרת סיבה בדרך צדקה תומצו”, ווי שוין אויך מבואר בארוכה אין די דרושי חנוכה, וואס דערפאר איז דאך דא אין אחרונים וואס ברענגען טאקע אז מ'זאל מרבה זיין בצדקה בימי חנוכה,

14האט מען דאס אבער ניט געזען בה רבותינו נשיאינו אז ס'זאל זיין א הדגשה מיוחדת אין די שנאת הצדקה בימי חנוכה, וואס מ'האט דאס ניט געזען בשאר ימות השנה.

15ס'איז קיין ענטפער ניט, קיין ביאור ניט אויף דערויף, דערפאר וואס דאס איז הצנאי לחטש, וויבאלד אז עניני חנוכה זיינען פארבונדן אדרבא דוקא מיט ”פרסומי ניסא” איז וויבאלד אז צדקה האט א שייכות צו ”פרסומי ניסא” האט דאס אויך געדארפט זיין אין אן אופן של פרסום,

16זעלבסט-פארשטענדליך ניט אין אן אופן וואס לבייש את המקבל ס'קען דאך אבער זיין א פרסום וואס אינו יודע מן נתנו אדער אינו יודע ווער דער מקבל איז דורך דערויף וואס מ'גיט דאס א גבאי צדקה אדער אין א פושקע פון צדקה וכיוצא בזה,

17אף על פי כן האט מען דאס ניט געזען, און ס'איז דאך א כלל אין פוסקים, אז אף על פי וואס לא ראינו אין אורייה ווי די משנה זאגט, בהנוגע אבער צו א דבר הרגיל, און פונדעסטוועגן לא ראינו איז דעמאלט איז דאס יא א ראייה,

18וויבאלד אז דאס איז אכט טעג נאכאנאנד, און ”מידי שנה בשנה”, און אף על פי כן לא ראינו איז דאס לכאורה א ראייה אז מ'האט דאס ניט מרבה געווען מערער שלא בערך ווי במשך ימות השנה,

19און אמאל שוין גערעדט בארוכה און שדרכת זיך אויך געדרוקט בזה.

20וויבאלד אבער, אז כמדובר כמה פעמים, אז ס'איז דאך דא כמה ענינים וואס מ'פירט זיך ניט ווי רבותינו נשיאינו האבן געפירט זיך אין ענינים של טוב,

21און אף על פי כן געפינט מען א הסברה אז דאס איז מ'האט קיין כח ניט, און ”לאו כל מוחי סביל דא” און דאס איז מערניט ווי פאר זיי וכו,' על אחת כמה וכמה, אז בשעת מ'איז מוסיף אין אן ענין של מצוה,

22און מ'פארבינדט דאס מיט ימי חנוכה, ובפרט נאך א מצוה פון צדקה, וואס כאמור וואס חסידות איז מבאר די שייכות מיוחדת מיט חנוכה,

23און ווי אויך פארבונדן כפשטות, וואס חנוכה איז דאך פארבונדן מיט ”הנרות הלל אין בטלין לעולם” אן ענין נצחי, וואס אן ענין נצחי איז דאס היפך פון מציאות הגלות.

24אט דאס איז דער ענין פון גאולה, אז דאס ווערט דערנאך א גאולה עולמית, גאולה שאין אחרי' גלות, און וואס יעדער גאולה איז א הכנה מעין פון די גאולה האמיתית והשלימה.

25וואס בפשטות דער ביאור אויף דערויף איז, אז אילו זכינו איז וואלט יעדער גאולה גלייך געווארן א גאולה עולמית שאין אחרי' גלות.

26בלשון הרמב אז עושין תשובה איז ”מיד הן נגאלין” איז וויבאלד אז עושין תשובה נאך אין א זמן פון גאולה איז דאך זיכער אז ”מיד הן נגאלין” וואס דער רמב"ם ברענגט אויף דערויף אראפ די פסוקים פון א גאולה נצחית שאין אחרי' גלות.

27איז דאך על אחת כמה וכמה אז ס'איז ניטא וואס צו מארץ זיין חס ושלום וואס מ'וועט מוסיף זיין און מ'וועט נאכאמאל מדגיש זיין, כמדובר כמה פעמים, אז מ'זאל מוסיף זיין אין ענין הצדקה במשך ”שמונות ימי חנוכה אלו” און אין שבת אין אן אופן אז צדקה כמתאים לשבת ניט מיט א דבר של מוקצה,

28אדער אז מ'זאל געבן ביום הששי כפליים, שיניים, משנה, ובמשך ”כל שמונות ימים” אלו.

29בפרט נאך אז דא קומט דאך צו נאך אן ענין, אז ס'איז דאך געווען רגיל ווי רבותינו נשיאינו מאכן א מגבית יט' כסלו, ובי צ' כסלו מכמה סיבות האט מען דאס ניט מכריז געווען, פארלאזן זיך נאך אז מ'וועט זיך אליין כאפן וכו אף על פי כן, ער איז דא כמה וואס האבן זיך ניט געכאפט מאיזה סיבה שתהי.'

30והראי' אז עד היום הזה הערט מען ניט פון זיי, אז זיי זאלן געבן, אף על פי וואס ס'איז דא דער לימוד זכות, אז מסתמא זיינען זיי ”הצנא לכת”, בפרט נאך אין אן ענין של צדקה כדי שלא לבייש,

31אבער אף על פי כן איז דא קרוב לומר אז ס'איז דא איינער צוויי דריי וואס האט נאך ניט געגעבן בפועל, ניט נאר בגלוי אפילו ניט בעצמו,

32איז אפילו צוליב איין אידן איז דאס אויך אן ”עולם מלא” על אחת כמה וכמה אז ס'איז דא א חשש אז ס'איז מער ווי איין איד, איז כדאי צוזאמענקלייבן און נאכאמאל מעורר זיין בנוגע צו נתינת הצדקה, וואס אין עיקבתא דמשיחא איז דאך דאס א ענין שהזמן גרמא, וואס ”גדולה צדקה שמקרבת את הגאולה”,

33ובפרט נאך אז מ'קומט צו ימי חנוכה, וואס ברענגען אראפ אין אחרונים אז מ'זאל דאס טאן בפועל, נאר וואס דען?

34דא וועט מען דאס מוסיף זיין, אף על פי וואס מ'האט דאס ניט געזען פון רבותינו נשיאינו איז הלואי ס'זאל ניט זיין קיין אנדער טענה וואס ער טוט אן ענין וואס האט דאס ניט געזען ווי רבותינו נשיאינו איז מערניט ווי דאס וואס ער איז מוסיף אין צדקה בימי החנוכה.

35ובפרט נאך אז יש אויך לבייר אז זיי האבן דאס געטאן אין צדקה ברוחניות, נוסף אויף צדקה על דרך הרגיל בגשמיות, דורך דערויף די מאמרי חסידות וואס זיינען אלעמאל געווען בהוספה בימי החנוכה, וואס דאס איז דאך א צדקה רוחנית וואס מ'גיט צו די אלע שומים, צו די אלע הערר,

36א צדקה וואס איז מחי' איז ניט נאר נפשי אלקית נאר וויבאלד אז חסידות מאנט אז ס'זאל זיין א התלבשות פון די 'נפש האלקית' אין דער 'נפש הבהמית', ביז אין אן אופן אז ס'זאל אראפקומען אין א בכן,

37אין א מעשה בפועל, און ווי ער זאגט אין שער פון ספר תניא קדישא בפיבך ובלבבך און דאס איז נאך אלץ ניט די שלימות, די שלימות איז אז ס'זאל זיין לעשותי אין מעשה בפועל,

38איז דאך צדקה א שייכות מיוחדת צו עשי ווי ער זאגט אין אגרת הקודש, אז אין עקבתא דמשיחא איז בכללות סף עד גלות איז דאך דעמאלט די עבודה פון להקים ”סוכת דוד הנופלת”, וואס דערפאר איז אף על פי וואס בזמן השעס איז געווען 'עיקר העבודה' אין תורה, איז איצטער 'עיקר העבודה' אין דעם ענין הצדקה,

39אף להקים ”סוכת דוד הנפלת”.

40און וויבאלד אז מ'וויל דאך די גאולה וואס פריער דארף אויך זיין דער אחישנה אין הצדקה, און וויבאלד אז מ'וויל אויך דעם ענין הגאולה אין 'תכלית השלימות' שאין אחרי' גלות, און כבר עננה ניט ווי א בר ענש וואס קומט אויף א חמור, מיט אלע פרטים,

41ווי ער רעכנט אויס אין סוגיא אין סנהדרין איז דערפאר דארף אויך זיין דער ריבוי, און סיי בכמה סיי באיכות, אויך אין דעם ענין פון צדקה.

42וכאמור, אז דאס איז מצד דערויף וואס דאס איז יום פארבונדן מיט ”יום ראשון של” חנוכה, איז אף על פי וואס מ'האט דאס נעכטן אויך דערמאנט, אבער ס'איז דאך געווען במיוחד פארבונדן פון בר-מצוה און פאר בת-מצוה,

43פארדינען גדולים אז מ'זאל זיי דערמאנען במיוחד נאכאמאל און נאכאמאל, ואין מזרזין אלא למזורזין אין דעם ענין פון מגבית פארבונדן מיט י' טס כסלו, וואס זי האט ”שבעת ימים תשלומים וכל” הענינים טובים פארבונדן מיט א יום-טוב.

44און אויך די מגבית פארבונדן מיט ימי חנוכה, וכאמור ”כל המרבה הרי זה משובח”, סיי דער מרבה אין זריזות, אפגעבן דאס פון יפה ”שעה אחת קודם”,

45און סיי דער מרבי כפשוטו, והוא העיקר ס'איז דאך ”לפי רוב המעשה”, ווי ער איז מבאר אויך אין אגרת הקודש דער ריבוי פעמים הנתינות, און פארשטאנדיק אויך בפשטות דער ריבוי בכמות פון די געלט וואס מ'וועט געבן, ובפרט נאך אז מ'האט דאך אויף דערויף די הבטחה,

46אז א מלבי הנותן לצדקה איז דאס א מלבי להקב"ה, און הקב"ה איז זיכער אז ער איז א בטוח אז ער באצאלט דעם חוב בשלימותו, און בנוגע לצדקה זאגט מען נאך מערער,

47אז ”ארבה הידות יהי' לכם” און וויבאלד אז מ'גיט א ”חמישית לפרעה”, דמיני יספריהו כל מהורים אז דער אויבערשטער גיט אפ כמה פעמים ככה ארבה פעמים ככה וואס דאס איז ניט נאר ארבה בכמות, נאר ארבה באיכות ס'איז אבער בכמות קען דאס זיין כמה פעמים ככה ביז אין אן אופן שלא בערך, ועוד והוא העיקר,

48אז מ'גיט די געלט אין אזא אופן, ווי כמדובר כמה פעמים אז וברכך זאגט מען בממון און דערנאך זאגט מען ”וישמוריך מן המזיקין” וואס איינער פון די קשר און שייכות שביניהם איז,

49אז דער אויבערשטער גיט ממון איז דאס ניט חס ושלום כדי מ'זאל זיך קענען אויסהיטן פון א דבר המזיק, נאר בנוגע צו דבר המזיק איז מלכתחילה ”לא אשים עליך” און מ'האט מנוחה ושלום ובריות ובני חיי ומזוני רויחא ובכולם רויחא, און דער ממון גייט אינגאנצן אוועק אויף ענינים של ברכה,

50ו קדושה וטהרה, 'ובשמחה ובטוב' לבב, ובאופן דמוסיף והולך ואור, ווי כל עניני ימי חנוכה.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions