English
ספרייה
kind
paragraph
order
G
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דאס איז אויך ווי דערמאנט פריער, ער האט אנגעשריבן אויף א פאפירעלע אז ער ווערט א מדריק, דערנאך, אז ס'קומט צו פועל, צו טאן בפועל פירן זיך ווי א מדריך, האט ער מערניט ווי א צוזאג אויף פאפיר, ווען ווערט די זאך זיינע, און ווען ווערט ער א מדרך אמיתי, ווי דער קאמאנדיר אין טשיף וויל, ווי דער אויבערשטער וויל? איז ווען ער גיט ממשות פון זיינע געלט און פון זיינע תאוות און פון זיינע נחושת, אפילו דאס איז ניט קיין כתר, אט דאס איז ער מקריב און ווארפט ארויס פון זיינע ד'אמות, און ער בלייבט אן איין און איינציקע זאך. לעירא את ה', א מענטש וואס האט א איד וואס האט מורא פארן אויבערשטן, איז דאך פארשטאנדיק, אז ער וועט זיך ניט ארומדרייען אין א מקום קדוש און מבלבל זיין אנדערע פון הערן תורה און פון צוזאגן וואס ווירקן אויף א צווייטן אידן אין דעם, נאר ער גיט אים, ווי דערמאנטפריער כסף ממש, אדער זהב ממש, אדער נחושת ממש, וואס דאס איז זיין תאוה און זיין פארלאנגט, און ער גיט דאס אפ אויף א הייליקע זאך און אויף א גוטע זאך, ווארום דער אויבערשטער וויל אזוי, און אז ס'קומט דער יצר און זאגט אים, וואס זיצטו אויף אן ארט?! דריי זיך ארום און זיין מבלבל, און באווייז אז דו ביסט דא בעל-הבית, ווארפט ער ארויס דעם יצר הרע, ווי דערמאנט פניט ער זאגט-צו אויף א פאפירעלע, אז מארגן וועט ער ארויסווארפן דעם יצר-הרע, נאר שוין היינט גיט ער אפ זיין כסף און זיין זהב און זיין נחושת, און גיט דאס אפ אויף אן ענין של צדקה, אויף א זאך פון אידישקייט, ועל דרך זה אויך ער נוצט-אויס זיינע כוחות, אז ס'זאל צוקומען אין אידישקייט תיכף ומיד,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים