עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

7 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ס'איז דאך דא התחלה פון היינטיקן יאר, פון תסמח און תסמח, פון ימי הגאולה פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שוועט, און אורה זיך לכל לראש איז פותחין בברכה פון זאגן א גוט יאר-טוב, אט די אלע וואס זיינען דא און די אלע וואס הערן, און די אלע וואס מ'וועט זיי דערנאך איבערגעבן, אבער צו וועלכע ס'וועט דערגיין איז דאס פאר יעדערן און פאר אלעמען צוזאמען, ביז ווי ער זאגט אין דעם נכתב הידוע פון זעכציק יאר צוריק, פון בעל הגאולה, אפילו אזא וואס בשם ישראל יכונה איז אויך א מצוה אים איבערגעבן דעם ענין פון א גוט יום-טוב, אז דאס מיינט מען אים ובני ביתו, און דורך דערויף חלקו בעולם, און זעלבסט-פארשטענדלעך, אז דאס ווערט גלייך פארבונדן מיט תורתו פון דעם בעל הגאולה, דור, און תורתו בכלל ותורתו במיוחד פארבונדן מיט ימי הגאולה. וואס אף על פי וואס ס'איז דאך דא כמה וכמה מאמרים, ס'איז דאך אבער פארשטאנדיק וגם פשוט אז יעדער ענין פון גאולה איז פארבונדן מיט ברכת הגומל, וואס דאס איז דאך אן ענין פון גאולה הכללית און גאולה פרטית וכו'וכו וואס דערפאר איז דאך אויך דער דין אז ס'דארף זיין בפני עשרה וטובלים מנים רבנים וכו'וכו,' וואס דערפאר איז דאך אויך עטלעכע פון די מאמרים, פון דעם קונטרס הגאולה און אויך די מאמרים פון די שנים שלאחרי זה, הויבט זיך דאך אויך אן מיט די התחלה פון הגומל לחייבין תיבות שגמלני טוב, אדער די התחלה נאך און פאר דרי ם, אז ד'חייבים להודות, און דערנאך רעכנט מען אויס ווער די ד'זיינע, וואס דער ראשי תיבה שלהם איז חיים, וואס דאס איז דאך אויך דער קשר מיוחד וואס מ'רעדט דעם משך השנה פון והחי יתן אל לבו, וואס בשעת מ'זאגט והחי יתן אל לבו איז דאך דאס גופא מדגיש, אז ס'איז חיים לשון רבים, ערשטן איז ער נאך איידער ותן אל לבו

2איז ער שוין החי, און דערנאך ויתן ער לבו אין דעם ענין ווערט דאס נאך אן ענין של חיות, וואס בכללות איז דאס צוויי סוגים, אט דאס וואס מ'גיט אים אדער וואס ער האט אליין אויסגעהארעוועט, אבער דאס איז געווען מיט א טאג פאר דעם אדער מיט א רגע פאר דעם, און איצטער הויבט זיך אן א תקופה חדשה מיט ימי הגאולה חדשים, ניט כחדשים נאר חדשים ממש, קשר מיט א מדובר אין די התוועדות פון שבת לפני זה, אבער דער שבת וואס מיני'מתברכין כולי יומין אויך דער טאג פון ימי הגאולה, על אחת כמה וכמה וואס בינתיים איז דאך מערניט וואס ס'איז א הפסק הכי קצר, און דאס גייט אריין אין די שלשה ימים, וואס כלבוד דמי איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז אויך די התחלה לכל ראש הויבט זיך אויך אן אין מצויקן רעדן מיט דעם מאמר פון תנוי רבנן, וואס דער בעל הגאולה האט דאס אויך געמאכט א התחלה אין כמה מאמרים שלו פארבונדן מיט ימי הגאולה, וואס ס'הויבט זיך אן אויף תנוי רבנן, אז ד'חייבים להורות און דערנאך רעכנט מען אויס ווער די ד'זיינע, און וואס איז די ברכת ההודאה? אז גיין לכיימות טובות שגמלני טוב. און אט דאס איז אויך כמדובר, אז אין די אלע ענינים דארף דאס זיין מיט א חיים, בלשון רבים, אז די אלע חיות שבתוקף, וואס ער האט געהאט מיט א רגע פאר די התחלת ימי הגאולה, דארף איצטער ווערן גלייך בהתחלתם אין אזא אופן אז דאס איז חיים בערך המצב שלפני זה, און דאס איז גלייך כולל אלע דלת, ווי ער טייטשט אפ אין די מאמרים, אז דאס איז כנגד פון די דלת אותיות הוי וואס דאס איז דאך עם לשון מהוה ומחייו ומקיים כל העולמות כולם, עאכו״כ דער ענין הגאולה שבעולמות, וואס דאס איז דאך דער עיקר הנקודה הפנימית פון די כל העולמות כולם, ניט דער לשון העל ת, ניט דער

3לשון העלם והסתר שבהם, נאר דער לשון וואס דאס ברענגט צו אן עלי וואס דאס איז גלייך די התחלה אויך פון עולם, ע'ל, און אזא מין עלי ביז אין ישות חושך סתרו, וואס דאס איז דאך אויך דער המשך לאחרי זה, אז מ'דערגרייכט ביז אין דעם ענין פון ישות חושך סתרו, כמדובר לעיל בארוכה. וואס דאס אונטערשטרייכט גלייך, אז בהתחלת פון ימי הגאולה דארף ער אויך ארומנעמען כל קורות ימי חייו, וואס בכלל, וויבאלד אז שם הוי'שטעלט זיך אויס אין ד'אותיות, איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז יעדער ציור פון א אידן שטעלט זיך אויך אויס אין ד'אותיות, בפרט נאך אז דאס איז דאך מבואר און פארשטאנדיק בפשטות און באריכות לפי ערך, אין אגרת התשובה אין ספר תניא קדישא, איז אין די אלע פיר חלקים שלו, וואס דאס איז זיין סדר השתלשלות הפרקי, און דאס פארבינדט אים מיט סדר השתלשלות הכללי, וואס ס'איז דאך אויך אין ד'עולמות, אויך אין נגד ד'אותות הוי,' און דער עיקר, אז דערנאך זאל דאס אראפקומען איר מעשה בפועל, פונקט אזוי ווי אלע ד'עולמות איז בהם ירידו ומאורי יתברך, און דאס איז אלץ צוליב דעם תחתונים שאין תחתון למטה הימנו, וואס אין כחות האדם איז דאס דער ענין המעשה, איז אזוי אויך אין דעם ענין מוז דאס אראפקומען אין מעשה, ואדרבא וואס דעמאלט ווערט דאס אזא סארט מעשה, כמוזכר לעיל, אז דאס הויבט אויף דעם גאנצן סדר ההשתלשלות, ביז אין ישות חושך סתרו, אין דעם חושך וואס איז נאך העכער פון די אלע דולמות, כמובן וגם פשוט. וואס דערפאר קומט מען אויך, און מ'האט זיך אויך גערעדט, דאך כדי צו באווייזן אז דאס איז א גאולה פון מעמד ומצב שלפני זה, ווי גוט איז ער געווען, דארף מען האבן אז ס'זאל זיין דוקא א דבר חדש, אף על פי וואס אויך לפני זה האט ער מקיים געווען, אז בכל אין יהיו בעיניך חדשים ממש, איז דאך וויבאלד אז אמיתית החידוש

4איז דאך פארבונדן מיטן אויבערשטן, במילא איז דאך דארט איין גבול און איין הגבלה, על אחת כמה וכמה אז ס'איז ניטא קיין מדידה, איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'קען זיין, במילא דארף זיין, בנוגע לעניננו, אן ענין פון חיים, וואס זיי זיינען חיים ממש, בערך המעמד ומצב שלפני זה, אף על פי וואס אויך לפני זה איז ביי אים געווען דער קיום בשלימותו פון דעם ציווי מיט דעם נתינת כח און וואס ער נוצט דאס אויס בשלימות, אז ס'זאל זיין חדשים ממש קומט איצטער צו א דבר חדש. וואס דערפאר פארבינדט מען דאס אויך מיט א דבר חדש וואס מ'וויל דאך אז ס'זאל אראפקומען אין מעשה, און כמדובר כמה פעמים, אז מ'זעט אזוי במעשה בפועל, אז מ'רעדט א גאנצע אריכות און מ'רעדט זיך ארויס די הארץ, און דערנאך בשעת ס'קומט לפועל ווייס יענער ניט וואס מ'מיינט, אדער ער מאכט זיך אז מ'ווייס ניט וואס מ'מיינט, וויבאלד אז מ'האט דאס ניט געזאגט בפועל ממש, מיט א קמץ אלף אדער כדי כך, אז ס'איז ניט שייך אין דערויף אריינווארפן קיינע ספיקות וכיוצא בזה, כמדובר באריכות לפי ערך אין די דיבורים שלפני זה. וואס דערפאר קומט מען אויך מיט א הצעה חדשה, און דאס איז, אז יעדערער וואס וויל, און ס'איז ניט שייך אין דערויף קיין הכרח, מ' דארף דאך האבן יעדער ענין ברצון הטוב, און נאכמערער בשמחה ובטוב לבב, איז יעדערער וואס ער וויל זאל אריינשרייבן אין א קודש מערניט ווי שמו ושם אמו ושם משפחתו, און דארט זאל זיין געשריבן א דבר חדש וואס ער האט געטאן במעשה בפועל, ניט וואס ער האט יוצא-געווען במחשבה תורה, אדער יוצא-געווען בדיבור טוב, אדער יוצא-געווען מ'וועט געבן אן עצה טובה א צווייטן וכיוצא בזה, ביז אפילו ער האט ביי יענעם גע'פועל'ט א מעשה בפועל איז דאס נאך אלץ ניט זיין מעשה, דאס איז א מעשה פון דעם צווייטן, נאר אים קומט אין דערויף שכר, ווארום ער האט אים דערצו צוגעבראכט, אבער ניט דעם ענין איז מען עותן ארויסצוברענגען בפועל.

5האבן שלשה פנים הוי חזקה, זאל ער אנשרייבן אויף דעם צעטל, כאמור לעיל, שמו ושם אמו ושם המשפחה, כדי מ'זאל זיך פאנאנדערקלייבן, און אנשרייבן דריי דברים חדשים וואס ער האט געטאן במשך השנה פון דעם י'ביז-י'ג'תמוז פון דעם יאר שלפני זה, ביז י'ביז-י'י'ג'תמוז פון שנת תסמח תשמח און שנת הקהל, און מ'זאגט נאכאמאל, אז מ'מיינט ניט אז מ'זאגט ענינים של גאוה וישת וכיוצא בזה, מ'מיינט דאס ארויסברענגען פאר די רחמנא ליצלן וואס זיי האט נאך אלץ ניט דערנומען בכל הענינים, אפשר וועט דאס העלפן אז זיי וועלן זיך פארשעמען פאר זיך אליין, אז ס'קומט צו אזא דבר פשוט וואס נשיא דורנו דער רבי דער שווער האט זיך אויסגעגעסן די הארץ און אויסגעגעסן כל ענינים שלו, ער האט זיך מוסר נפשו געווען בפועל, אז ס'זאל ארויס דוקא ענינים של מעשה בפועל וכו,' און ער קען ניט צושטעלן פאר א יאר צייט דריי מעשים בפועל, וואס ער האט געטאן ברוחו, וואס ער איז זיכער, אויב ער האט געהאט דעם זכות, אליין קענענדיק דעם שווער, ער האט געהערט וועגן אים, אדער ער דערקענט אים פון זיינע שיחות און פון זיינע תורות, וואס אנא נפשו כתבות יהבות איז דאך דאס דער סדר וואס צדיקים דומם לבוראן על אחת כמה וכמה בא נשיא דורנו, זאל ער בא זיך אליין באטראכטן, בשעת ער שרייבט אריין אט די דריי מעשים, אז ער איז זיכער בא זיך, אז דער בעל הגאולה באטראכט דאס, אז דאס איז מעשים וואס זיינען געטאן געווארן ברוחו של בעל הגאולה בכלל, ועדו במיוחד ברוחו של בעל הגאולה אין צונאמענהאנג מיט זיין גאולה, וואס ווי ער זאגט איז דאס לא אותי בלבד גאר להקב,"ה נאר כל אחד, אפילו אזא וואס בשם ישראל יכונה, על אחת כמה וכמה תלמידיו והולכים בדרכיו וכו ותלמידות תלמידיהם והולכים בדרכיהם, כמדובר בארוכה כמה פעמים. וכמדובר, אריינלייגן דאס אין א פארחתמ'טער מהטפה. כדי מ'זאל זיך קענען פאנאנדערקלייבן, זאל דאס זיין מערניט ווי דער ענין דארט געשריבן

6און אנגעשריבן אויף דער מעטפה א גרויסער ח'אז מ'זאל וויסן זיין אז דאס רעדט זיך וועגן א דבר חדש, ויש אומרים וואס מ'וועלט טייטשן און טייטשן דעם ח'אז דאס איז חשאיות, במילא קען ער דארט שרייבן, ווארום ס'וועט בלייבן חשאיות, מערניט ווי ברענגען דאס אויפן אוהל, און אויך צושרייבן אויך אויף דער מעטפה דער שם הראשון, שם המשפחה שלו, כדי מ'זאל דאס קענען לייכטער פאנאנדערקלייבן און אויסהארטירן אין וויסן פון וועמען ס'איז ניט אנגעקומען, פון וועמען ס'איז אנגעקומען, פון וועמען ס'איז אנגעקומען אויך פון בני-ביתי. וכדובר, וויסנדיק די מסירת-נפש פון בעל הגאולה פאר אנשים און פאר נשים, און אויך פאר טף, איז מובן וגם פשוט אז דאס האט א שייכות צו אנשים, ס'האט א שייכות צו נשים, און ס'האט אויך א שייכות צו טף, אזא מין טף וואס זיי האבן מביאיהם און זיי באקומען זכר דערפאר, במילא טוט מען דאס אפילו ניט אין גאנצן לשמה, אבער ער איז מביא דעם טף צו דעם מעמד ומצב, אז זיי זאלן קענען אויך אריינשרייבן בפשטות פון י-ד-בית-י'ג'תמוז בשנה שלפני זה ביז י-ד-בית-י'ג'תמוז פון שנת תצמח ותשמח, וואס דאס איז אויך הכל האנשים והנשים והטף האט ער צוגעשטעלט דעם בעל הגאולה אט די דריי מעשה בפועל, וואס דאס איז געטאן געווארן ברוחו, ניט לאו דוקא אין זיינע מוסדות, אבער ברוחו און אין די ענינים וועגן וועלכע ער האט זיך מוסר-נפש געווען בכלל, און וועגן וועלכע ער האט מארגיש געווען כמה פעמים ככה בהנוגע אין זיינע שיחות און אויך אין זיינע תורות, ביז אין אן אופן אז דאס נעמט ארום דעם גאנצן מענטשן, ווי דערמאנט פריער אז דאס איז ד'חייבים לאורות, אלע ד'חלקי האדם, וואס בכלל איז ער דאך כולל אין זיך דומים צומאו חיי ומדבר וואס דאס איז אויך כנגד פון ד'אותיות, פון שם הוי און ער האט דאס אראפגעבראכט ביז אין מעשה בפועל,

7און כדי לזרז את כל הענין, און טאמער דארף מען בעטן מחילה פאר אריינמישן זיך וכו'בעט מען מחילה אין במהל לדלקי הנפש פון מיר, אז ווי די זאך זאל זיך אפטאן, וכמדובר לעיל, אז כל שיש בידו לעשות בזה אויך פועל זיין אז דאס זאל צוקומען צו נאך א אידן, סיי אנשים סיי נשים סיי טף, און אויך מיט אט די פרטי הדברים, איז תבוא עליו ברכה אדער תבוא לב ברכה, אדער טבו על הטף ברכה, וואס ער האט מיטגעבראכט נאך טף צו אט דעם ענין, כדי לזריז כל הענין ממשיך זיין די ברכת ה אין אן אופן ווי ידו המלאה הפתוחה והקדושה והרחבה, און אין אן אופן של צדקתו של הקב'ה, וואס דאס איז למעלה פון לפום צערא אגרא וכיוצא בזה, ער גיט דאס אין אן ענין של צדקה, וואס דאס איז בהישג יד הנותן, פון דעם אויבערשטן אליין, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, וועט מען אויך מסיים-זיין פון מאכן יעדערן פון נוכחין כאן סיי אנשים סיי נשים און טף, א שליח מצוה אויף אפגעבן דעם דאלער לצדקה בתוספות מדילי. און ויהי רצון, אז בקרוב ממש זאל פון דער גאולה קומען אויך די גאולה צו יעדער אידן און צו אלע אידן, אפילו צו אט די אידן וואס בשם ישראל יכונה די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, אמן כן יהי רצון, במהרה בימינו ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions