פסקה
פסקה rh-yamsbvgv
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-grg4qdng
- order
- 7k
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס דאס איז אויך בשעת מ'האט אין דערויף גופא זיבן טעג רצופים אין דעם חודש אלול האט מען אויך בפשטות די שלימות פון כל הזמנים כולם, וויבאלד אז מ'האט לא פחות ולא יותר איין מאל פון יעדערע זיבן טעג, וואס דערנאך הויבט זיך אן א מנין חדש, כמבואר אין חסידות בארוכה, וואס בשעת ס'קומט א זונטיק זאגט מען אז יום יום ראשון, און מ'דערמאנט אויך אין שירה של יום דער ראשון של מעשה בראשית, און ווי ער זאגט אין לקוטי תורה, אז ס'איז דאך פון דעמאלט דורכגעגאנגען א ריבוי ימים, ווי אזוי זאגט מען דא, אז דאס איז יום ראשון למעשה בראשית און אין דערויף באשטייט דער תוכן פון שירה של יום, ועל דרך זה אויך אין די שירה של יום פון די ימים שלאחרי זה, ביז דעם יום השבת, איז דאס אויך כולל אלע יום שני פון כל הזמנים, און אלע דערנאך יום שלישי שהוכפל בו כי טוב, ועל דרך זה אויך דער יום השבת, ביז ווי דאס איז אויך כולל דער יום שכולו, שבת המנוחה לחיי העולמים. וואס דא קומט מען אויך גלייך, און מ'דארף גאר ניט זוכן קיין שייכות מיטן שיעור הרמב״ם פון די טעג, וואס ס'הויבט זיך אן די הלכות מחירה, נייער ספר, און א ספר וואס ס'איז גאר אינגאנצן לכאורה קיין שייכות ניט מיט די הלכות שלפני זה, פריער רעדט זיך וועגן ענינים של ניזיקין, און אלע-ערליי פאלן אין ניזיקין, ביז אז לסוף דארף מען גאר באווארענען אז ס'זאל זיין וחייו וכו'וכו דערנאך קומט די התחלה, אבער אין א באזונדער טאג הויבט זיך אן די התחלה פון הלכות מחירה, ניט ווי בכמה שיעורים רמב", פון די ג'פרקים, איז דאך דא ברוב הפעמים איז דאך דא א סיום פון א פריערדיקן ענין און א התחלה פון דעם נייעם ענין אין דעם סעלבן טאג, משא'כן אין דער קביעות און אין דעם טאג איז דאס צוויי באזונדערע טעג, וכמדובר כמה פעמים, אז יעדער ענין וואס מ'פילט אין קדושה, אדער אפילו אין עניני העולם,
- proofread
- 0