transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1מ'האט דאך פריער דערמאנט וואס מ'האט ערשט געלייענט די פרשה יתרו וועגן דעם ענין פון מתן תורה, וכמוזכר לעיל מער באריכות, וואס בא מתן תורה איז דאך געווען ביידע ענינים, ווי דערמאנט פריער, אז דעמאלט זיינען אלע אידן געווארן ברער מצוה און בנות מצוה, און ס'איז אויך געווען נאך א העכערע זאך, אז צוזאמען דערמיט איז געווען אויך ביום חתונתו זו מתן תורה, אז דער ענין ווען מ'לייענט וועגן מתן תורה איז דאס ווי געלייענט בפרטיות יותר, ווי אזוי ס'איז פארגעקומען די חתונה פון אידן מיטן אויבערשטן כביכול, און מ'דארף גאר ניט זאגן כביכול, וויבאלד אז תורת אמת זאגט אזוי, אז בשעת ס'איז מתן תורה ווערט דעמאלט ביום חתונתו זו מתן תורה, פון יעדער אידן און אלע אידן, מיטן אויבערשטן אליין, ביז אין עצמות ומהות. און דערנאך איז מען דאס אויך ממשיך ווי מ'זאגט אז מהרה ישמה ברא יהודו בחוצות ירושלים, קול חתן וקול שמחה אז בקרוב ממש פארבינדט מען דאס אויך מיט שמחת חתן וקלה דעה, ובפרט אין נרי ירושלים און אין חוצות יהודו, אין נרי ירושלים וחוצות
¶2יהודו, כמדובר כמה פעמים. והי רצון, אז ס'זאל אויך אזוי זיין אין די חתונה'ס, און די הכנות צו דער חתונה, און די חתונה אליין, און די שבעת ימי המשתה, און דערנאך די אריכות ימים ושנים טובות, מיט בנים ובנות עוסקים בתורה ובמצוותי מתוך שמחה וטוב לבב, וואס דאס אלע ענינים, וויסנדיק פון זיי, איז דער וויסן אליין און טראכטן וועגן דערויף, און אויך מאכן די אלע הכנות אין א חסיד'ישן אופן און אין א תורה אופן בכלל און אין א פנימיות'דיקן אופן איז נאכמערער מוסיף אין די אלע ברכות הכי גדולות, כולל די ברכה פון מהורי ישמה בחוצות ירושלים, די גאולה האמיתית והשלימה, וואס יעדער חתונה בישראל, וואס זי איז דאך פארבונדן מיט א ריבוי ענינים של תורה
¶3ומצוותי'איז דאס מכריע דאס וואס דער עולם שקול והוא עצמו שקול און די אלע זיינען שקול, און ברענגט גלייך אראפ די חתונה פון אידן מיטן אויבערשטן, וואס לעתיד-לערוך וועט דאך זיין נישואין, און איצטער איז דאס אן ענין פון אירוס'ן, וכמדובר כמה פעמים. ועוד והוא העיקר, אז ס'זאל זיין אין סוגב וואס מ'האט גערעדט בעבר וועגן דערויף, איז בקרוב ממש וועט דאס זיין בפועל, און ביז אין אן אופן פון מראה באצבעו ואומר זה האט מען די עראה יהודה און חוצות ירושלים בארצנו הקדושה, און דארטן גופא בירושלים עיר הקודש ובהר הקודש ובבית המורדק שמקדש אדנ'כוננו ידיך ועץ והוא העיקר תיכף ומיד ממש. און די שליחות וואס מ'גיט יעדערן פון אייך, און זיכער איז דאס לאו הכי וכמנהג ישראל אז די חתן וקלה וכל תרוביהם וכל השייכים עליהם זיינען מוסיף אין מצוות בכלל, און אין מצוות הצדקה במיוחד, בקשר מיט די יום החתונה,
¶4איז שוין די החלטה בזה וועט שוין מכריע זיין נאר בלילה זה ממש די כל הענינים כולם, און וועט גלייך ברענגען ביאת דוד מלכא משיחא בלילה זה ממש, ותיכף ומיד מבש.