Paragraph
Paragraph rh-y8307mgy
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-p4teset1
- order
- AK
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- נאך מערער מהדר אין מקיים-זיין מצוות אפילו פון די זייערע עלטערן און זייערע מדריכים, מצד די תמימות און מצד די גאנצקייט, וואס דאס איז דאך אויך דער אפטייטש פון תמים, אז מ'זאל זיין גאנץ, און דאס וואס מ'טראכט זאגט מען, און דאס וואס מ'זאגט טראכט מען, במילא איז אויך מוניען זיי מיט אן אמת, און פירן דאס דורך מיט אן אמת, במשך פון כל ימי חייהם אויף קינדערייארן זאל זיין יעדער טאג דורכגענומען מיטן געדאנק אז דאס איז א אידיש קינד, וואס דער אויבערשטער האט אים באשאפן, און נאך מערער, בשעת דער אויבערשטער זאגט אז שבח, אז לויט-זיין צו דעם אידישן פאלק אין אלגעמיין, איז דער גרעסטער לויט איז, אז דער אויבערשטער זאגט בנים אתם בהוי'אלקיכם אז אידן זיינען גערעכנט בא דעם אויבערשטן ווי קינדער ווי זין אדער טעכטער, און דאס טריקט זיך אויס אין טאג-טעגלעכן לעבן, און ווי געזאגט פריער נאך שטארקער דוקא בא קינדער, וואס בא זיי איז דאך אחד בפה ואחד בלב די זעלבע זאך און דער זעלבער אחד
- proofread
- 0