English
ספרייה
kind
paragraph
order
JN
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
פארבונדן מיט לעבן בגלוי, נאר אפילו ווי א זאך וואס דאס איז עופר, וואס עופר ווערט דאך דוקא נאך דערויף ווי ס'איז געווארן אויסלעבעדיקע פרי אדומה, און מ'האט געמאכט פון איר מערניט ווי עופר, איז זייענדיק עופר פארבינדט מען דאס מיט מים חיים מיט וואס ווערן אנגערופן חיים און מ'זאגט-אן, אז דאס זאל זיין שטענדיק אפגעהיט, און אלע אידן בכל הדורות זאלן וויסן, אז ס'איז דא די שטענדיקע דערמאנונג פון אפר כל הפרות כולם, און אין וועלכן דער דין איז, אז דאס פאראיינציקט אלע פרות, און דורך זיי די אלע וואס האבן געמאכט די מעשה הפרה, אנהויבנדיק פון משה'ר רבינו'ס צייטן, ביז די צייטן פון משיח צדקנו, וואס אף על פי וואס ער איז נאך ניט געקומען, איז מען שוין פארבונדן מיט אים, און פארבונדן אין אן אופן ווי דער רמב״ם פסק'נט, אז א איד, אין צוגאב צו דעם גלויבן אין אני מאמין אז משיח קומט, האט ער אויך דעם אנזאג, אז ער דארף אחכה לו בכל יום שיבוא אז יעדער טאג בענגט ער נאך אים, און קוקט-אויס ווען וועט ער שוין קומען, בענקשאפט, על דרך ווי דערמאנט פריער, פון א בענקשאפט פון איין אידן מיטן צווייטן, פאראיינציקט דאס אלע אידן צווישן זיך און מיט משיח צדקנו, און אויך ביז די אידן פון אלע דורות, אנהויבנדיק פון דעם דור פון משה רבינו, ווען ס'איז געמאכט געווארן די פרא ראשונה.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים