Paragraph
Paragraph rh-y4g702x6
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-9azzjrd3
- order
- B4
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אויך, כאמור, דער דיוק בזה איז, אז יעדער פרט שטייט דאך אין זיין מציאות, האנשים ואנשים און אנשים ונשים און טף וטף, און פון דער גאנצער ריבוי פרטים, ביז אז חדל לספו כי אין מספר אז מ'ווערט העכער פון דעם גאנצן ענין המספר אלס א פרט שבפרט למטה דא אין זמן ומקום, און פועל'ט אויך אזוי אויף אין דער גאנצער מציאות הזמן און אין דער גאנצער מציאות המקום, כמובן וגם פשוט. וכמדובר אויך, אז די פרטי פרטיות, איז דערפאר איז דאך אויך בפרט ביום זה, איז דאך דאס סיי מצד די קביעות פון שנה זו מצד השבוע, יום השלישי שהוכפל בו כי טוב, מצד החודש, אין א חודש וואס בניסן חודש הגאולה, און פארבונדן מיט יעקב ובניו דוקא, און בניסן עתידין להגאל תיכף ומיד ממש, כמוזכד לעיל, ווארום מי מעכב בידו חס ושלום, במילא קומט דאך דאס אראפ אין די זריזות פון אלקיכם, און זריזות פון אלקיכם כהן הוא, ובפרט נאך אלקיכם כהן הוא איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז כהונה בגדלות הכי אפשרית, אז כאונה גדולה איז דאך אויך די זריזות אין א זריזות הכי גדולה. און פאראיינציקט זיך דער אחת בנפש, וואס דאס איז אין עמיות כללות ישראל דער ענין פון כהן גדול, מיט אחת בנפש פון יעדער אידן, וואס דאס איז יחידה שבנפש, ווי דאס קומט אראפ אין א צורה און אין אן ענין
- proofread
- 0