English
ספרייה
kind
paragraph
order
8
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
בהוספה צו די ברכות האמורות, וואס די אלע וואס געפינען זיך איצטער דא זיינען דאך נכלל בזה, וכמדובר כמה פעמים, און מ'דארף גאר ניט מאריך זיין בזה ס'איז דאך א דבר הפשוט, קומט דאך א ברכה מיוחדה אין צוזאמענהאנג מיט אן ענין פון א חתונה, וואס יעדער חתונה און אלע אידישע חתונות זיינען דאך פארבונדן מיט דער חתונה און דעם שידוך און די חתונה שלאחרי זה פון אידן מיטן אויבערשטן, ביז די חתונה אין אן אופן פון נישואין, וואס דאס וועט דאך זיין בעיקר לעתיד לבוא, און איצטער איז דאס אין א מעמד ומצב פון אירוסין, כמדובר כמה פעמים, און פותחין בברכה, אז לכל לראש, אז די הכנות צו דער חתונה, אדער די וואס האט שוין געמאכט די הכנות, און די חתונה איז שוין געווען, זאל האבן א המשך טוב ומוצלח, לויט דעם נוסח ולויט דעם מנהל פון די אלע שבע ברכות, כולל אויך דעם ענין פון דער ברכה האחרונה, די ברכה השביעית, אז ס'זאל זיין מהרה ישמעה בערי יהודה בחוצות ירושלים, קול חתן וקול קל און מיט די אלע חמשה קולות ווי ס'איז דערנאך אויסגערעכנט.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים