Hayom Yom
ב חשון
ב חשון
ה׳תש״דמשיחת אאמו"ר מוצש"ק לך לך תרנ"א: אין די ערשטע יאהרען פון זיינע נשיאות האט דער אלטער רבי געזאגט ברבים "מען בעדארף לעבן מיט דער צייט". דורך זיין ברודער מהרי"ל האבען זקני החסידים אויסגעפונען, אז דער רבי מיינט אז מ'דארף לעבען מיט דער פרשת השבוע און פרשת היום פון דער סדרה פון דער וואך. ניט נאר לערנען פרשת השבוע יעדען טאג, נאר לעבען מיט איר.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
Copies
Recent activity
#59 Hayom Yom as printed: letter, notices, Tanya lines, closing · approved