English
ספרייה
kind
paragraph
order
C
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מיט אלע ענינים וואס זיי זיינען לכאורה פארבונדן דוקא דעמאלט, בעיקר על כל פנים ווען א איד איז וואכעדיק, ניט ווען ער גייט אנטשלאפן ווערן, טאקע בהקדמת קריאת-שמע שעל המטים און חשבון צדק וכו'וכו,' אבער ס'איז דאך אינו דומה עבודה פון א אידן ווען ער איז וואכעדיק, לגבי אט די ענינים וואס ער טוט-אויף ווען ער שלאפט, על פי שולחן-ערוך, מיט די הכנות המתאימות וכו'וכו.' אבער אף על פי כן זעט מען דאך, אז אזוי האט מען דאס קובע געווען, וואס יש לומר הביאור בזה, אז דאס איז בדוגמא האמורה, אז אלע ענינים איז דאס לירא את הוי'אלקיך, וואס ירא איז דאך פארבונדן מיט כבוד, און בשעת מ'זאגט המאיר לארץ כולו בכבודו איז דאך פארשטאנדיק, אז פאר דעם מאיר וואס קומט פון כבודו, איז דארט איז קיין אונטערשייד צי דאס איז ביום צי בלילה, ואדרבא ביום קען זיין נאך ענינים של גילויים, בדוגמא ווי מבואר בכמה מקומות, אז דער ענין פון קבלת-עול איז לייכטער צו פועל זיין ווי בא א בעל שכל, דערפאר וואס בא א בעל שכל רעדט מען ניט וועגן קבלת-עול, און בשעת מעשה האט ער אויך די הסברות און סברות על פי שכל, פארוואס ער דארף ממלא זיין רצון ה,' פארוואס ער דארף זיין יראו, ניט דער ענין פון קבלת עול, משא'כן אט דער וואס ס'איז ווייניקער שייכות צו הבנות והסברות, איז ביי אים איז לייכטער צו, אז ביי אים זאל זיין קבלת עול אמיתית, ובכל שעה ווען ער דארף דערצו אנקומען.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים