עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-xwwmgzvz

kind
paragraph
order
pD
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און פון די אייגענע קינדער און קינדס-קינדער, ווי אזוי די אייגענע הויז פירט זיך לויט די אנווייזונגען פון תורה, וואס אין דערויף האבן זיך א ספעציעלע אויפגבא און שליחות אידישע פרוי, און אנהויבנדיק אויך פון מיידלעך, וואס זיי גרייטן זיך צו בשעת זיי זאלן אויסוואקסן זאלן זיי אויך מייסד זיין ביתם, גרינדן אן אייגענע הויז, וואס זי וועט אויך זיין א תורה הויז אויף וועלכע דער אויבערשטער זאגט ושכנתי בתוכם אז דאס איז א הויז פון תורה עבודה וגמילות חסדים, אנהויבנדיק מיט צדקה. במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'האט די אלע דריי ענינים, פון תורה עבודה און גמילות חסדים, גיט דער אויבערשטער נאכמער הצלחה אין דעם מסחר, און נאכמער הצלחה אין דעם חינוך הבנים והבנות, און נאכמער הצלחה אין דעם חינוך עצמו, וואס יעדערער דארף זיך האלטן אין איין מחנך זיין זיך אליין, סיי א מאן און סיי א פרוי, און אפילו א באבא און א זיידע, איז ניט קוקנדיק וואס זיי זיינען אלט הונדערט און ניינצן יאר אדער הונדערט און צוואנציק יאר, האבן זיי אויך די אויפגבא אויף האלטן אין איין אנטוויקלן זיך און אויסנוצן די אלע מעגלעכקייטן וואס דער אויבערשטער גיט זיי
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions