Paragraph
Paragraph rh-xtym33wa
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jzcpymkc
- order
- XN
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און על דרך ווי מעשינו ועבודתינו ממש פון די טעג און די חדשים און די יארן וואס מ'האט געטאן ביז איצטער, ובפרט נאך אז מ'געפינט זיך אין עיקבתא דמשיחא, און ווי דערמאנט פריער ס'איז על דרך ווי ספירת העומר, אז דאס וואס מ'האט אפגעטאן פריער בלייבט דאס ניט נאר גאנץ נאר אדרבא נאך שטארקער ווי ס'איז געווען בשעת מעשה, וויבאלד אז ס'איז דורכגעגאנגען נאך א זמן, און מ'האלט אין די זעלבע ענינים און אין די זעלבע מעשינו ועבודתינו, איז דאך דאס מוסיף כח בחיות, ביז כאמור אין שהחיינו וקיימנו והגיאנו, אין דעם זמן הזה און אין דעם מקום הזה, שטייט דאס נאך ביתר שאת וביתר עוז. וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, ווי דער טבע האדם איז דאך, אז בשעת מ'האט נכסים, אפילו גשמיים וחומרים, האט דער אויבערשטער באשאפן א מענטשן, א לאו דוקא אידן, אז ער איז רוצה, ער זאל האבן כפליים לתושי על אחת כמה וכמה בנוגע צו אידן, וואס יעדערער פון זיי ווערט דאך אנגערופן בשם אדם אדמה לעליון
- proofread
- 0