English
ספרייה
kind
paragraph
order
eI
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און יהי רצון, אז א איד האט דאך א מחשבה טובה, בפרט נאך אז ס'קומט אראפ בדיבור אדער בכתב וכיוצא בזה איז דאך א זיכערע זאך אז הקב'ה מצרפה למעשה. און דאס איז נאכמערער מוסיף אין הקהל יעדער אידן און אלע אידן צוזאמען אין אן ענין וואס איז פארבונדן מיט דברי הוי ביז וואנענט אין אן אופן אז דאס פועל'ט על כל השנים כולם, ווי דער ענין פון הקהל איז געווען בפשטות. וואס דא איז אויך, וויבאלד אז מ'דערמאנט אז דאס איז כולל, און ניט נאר כולל דאס איז נאך ביתר שאת וביתר עוז בשעת מ'זאגט דאס בדיבור ובפרהסיא, און מ'דארף דאס ניט האבן דוקא בכתב איז אויך כאן הזמן, און אויך אויף איבער'חזר'ן נאכאמאל אט דאס וואס מ'האט גערעדט כמה פעמים, אז מפני זריזות, וואס מ'דארף זיך גרייטן צו קבלת פני משיח צדקנו איז אין הזמן גרמא, במילא איז גאט מען ניט קיין צורך אין ענטפערן א בריוולאך, בפרט נאך אז מ'האט געענטפערט און מיט א לשון סך ופרורה בהנוגע צו די רוב השאלות ככולם וואס מ'פרעגט, אז בענינים גשמיים, פון מסחר ופרנסה, זאגט דער פסוק ותשועה ברוב יוצא, בעניני בריאות זאגט אויך דער פסוק ורפא ירפא, ווי כאן שניתנה לשות לרופא לרפאות פון דעם אויבערשטן אליין, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'האט אין דערויף שוין דעם ענטפער ברור, בלשון צחה וברורה טאן כעצת רופא ידיד אדער כעצת רופא מומחה, אדער ביידע זאכן צוזאמען. ועל דרך זה בהנוגע צו עניני יראת-שמים, צוזאמענרעדן זיך מיטן הסולך הרב וואס
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים