Paragraph
Paragraph rh-xp0fzmav
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-extjh773
- order
- 3m
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- איין און איינציקן חודש וואס ווערט אנגערופן אויך לויט זיין נאמען תשרי אותיות ישרת, און אויך ווי ער טייטשט דאס אפ אין מדרש, אז דאס איז פארבונדן מיט יראת-שמים, און דאס איז דאך אויך דער ראשי-תיבות פון תשרי און פארבונדן מיט ישר אלך אז מ'זאל געבן בדרך הישר, וואס דאס איז ישרים דרכי הוי'גיין אין התורה ועגבה כיוצא בזה, איז דאך פארשטאנדיק אויף וויפל דאס איז אן אויסגעטיילטע פאסירונג, במילא איז אויך פארשטאנדיק, אז בשעת די פאסירונג האט זיך אנגעהויבן, איז גלייך געווארן א קארדינאלער, אן עיקר'דיקער שינוי, במילא אויך אן עיקר'דיקער התחלה, און וויבאלד אז אני נבראתי לשמש את קוני איז צום אלעם ערשטן, ובעיקר, דארף דערפון אפגעלערנט ווערן וואס נעמט ער דערפון ווי אזוי ער איז ממלא תכלית הבריאה שלו, וואס וועגן דערויף רעדט זיך דאך אויך אין דער פרשה וואס מ'האט געלייענט ברבים דעם שבת, אט דארטן רעדט זיך וועגן די בריאה פון אדם הראשון, און ווי דערמאנט מערערע מאל זאגט די גמרא א לימוד בפשטות, אז אדם הראשון איז באשאפן געווארן דוקא יחידי, ניט ווי אלע לחיים בימיו בשעת הפרי, וואס זיי זיינען באשאפן געווארן דוקא פארווייז, כדי צו אונטערשטרייכן נאך מערער, ער זאל וויסן זיין יעדער מענטש במשך כל הדורות, אז ער איז אן איין און איינציקע זאך וואס בשבילה נברא כל העולם כולו, סיי אין זיין צייט, און סיי אין די צייט לפניו און סיי אין די צייט לאחרי זה, במילא איז דאך במילא זאל ער אפשאצן די וויכטיקייט פון יעדער זיין מחשבה און דיבור און מעשה, ווארום תורת אמת, וואס זי איז אויך תורת חיים, אונטערשטרייכט, אז צוליב דערויף איז געווארן אן אינטערשייד אין דער רצון הקב",ה בשעת ס'איז געקומען צו באשאפן אדם הראשון, וואס דאס איז דאך געווען נאך דערויף, ווי דערציילט אין דער פרשה, אז ווי איז באשאפן
- proofread
- 0