פסקה
פסקה rh-xntvray4
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-wnwwrbxg
- order
- D
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דארף מען דאך אפלערנען לתקן הדעות, אן ענין אין עבודה של כל אחד ואחת, ביז ווי כמדובר כמה פעמים איז דאס סיי אנשים און סיי נשים, סיי אפילו פון טף, וואס ווי אלע ענינים קען מען דאך געפינען לייכט אותיות, ווי אזוי דאס מסביר זיין, אז אפילו א קטן אדער א קטן שבקטנים אדער א קטנה שבקטנים זאל אויך קענען פארשטיין על כל פנים דעם ענין אין נקודתו הכללית, במילא וועט דאס אבער אויך אריינברענגען א חיות נוסף אין די חיות פון זיינע אדער אירע פעולות פון די קטן שבקטנים און קטנים שבקטנים, אויף גרייטן זיך, אז דערנאך זאל זיין גם כי עזקין, לא יסור ממנו. וכמדובר כמה פעמים, וואס דאס איז אויך כולל אין זיך אריכות ימים, ברכה פון אריכות ימים ושנים טובות, אז דורך דערויף וואס מ'האט דעם ערשטן האלבן פסוק, חנוך לנער על פי דרכו, האט מען דערנאך אויך די הבטחה, אז ער וועט דאס קענען אזוי פירן זיך א ריבוי שנים, און צוזאמען דערמיט גייט אויך די הבטחה, אז צוליב דאס קענען דורכפירן א ריבוי שנים, איז דאך דאס פארשטאנדיק, אז דאס פרענגט מיט זיך אויך די ברכה פון כי יזקין.
- proofread
- 0