עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

71 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1האט דאך גערעדט כמה פעמים וואס מ'געפינט אין מאמרי רבותינו נשיאינו, אויך אין די מאמרים פון דעם בעל הגאולה, וואס בשעת דאס רעדט זיך אין מאמרים וואס זיינען געזאגט געווארן אדער געשריבן געווארן אין צוזאמענהאנג מיט חג הפסח לדוגמא, רעדט מען דארט די מעלה פון חג הפסח, חג המצות לגבי כל שאר הרגלים,

2בשעת ס'רעדט זיך וועגן מאמרים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט חג הסוכות, אדער ”ראש השנה ויום הכיפורים”, אדער שבועות וכיו"ב איז בכל אחד ואחד מהם רעדט זיך אין די מאמרים וועגן זייער מעלה לגבי כל ”שאר הרגלים ומועדים, כולל” אויך חג הפסח, חג המצות.

3וואס די אלע מאמרים זיינען דאך חלקים פון תורה אחת, פון ”תורת אמת”, איז דאך לכאורה ווי קען שטימען די אלע זאכן צוזאמען?

4איז דאך דערויף דער ביאור, ווי ס'שטייט אין תורה עצמה, אז בשעת ס'איז דא א שינוי אין זמן, איז אף על פי וואס ”התורה זו לא תהי' מוחלפת”, ניט קוקנדיק אין פון שינוי אין מקום וזמן, איז דאך ”בכל זמן וזמן” האט דאך זיך זיין קרבן, ועד"ז האט דאך זיך כל זמן זיין תורה,

5ווי מ'זעט דאס אויך אין חלוקת התורה, לשבועות השנה אדער למועדים ולרגלים, ועד"ז אויך בנוגע למצוות, מצוות שהזמן גמרא,

6וואס דעמאלט איז דא אויך בתוקף ”כל התורה כולה וכל” המצוות כולם, דער חילוק איז דורך וועלכן שער, דורך וועלכן חלק התורה, אדער דורך וועלכן מצוה, זיינען עולה כל חלקי התורה והתפילה והמצוות ”באותו זמן ובאותו מקום”, וואס אין דערויף איז דא חילוקים.

7אין דערויף גופא איז דא ענינים השנה, התשבים ”בכל זמן ובכל מקום”.

8פונקט אזוי ווי אין תורה ומצוותי' איז דאך דא תורה ומצוות וואס זיי זיינען אין דערויף ניט סיין קיינע שינויים, ביז ווי דער ספר החינוך זאגט בהקדמתו, אז ס'איז דא די ששה מצוות הידועות וואס אין זיי איז מען מחוייב ”בכל זמן ובכל מקום”, דערנאך איז דא תורה ומצוות פון ”הלכות החג בחג”,

9בהנוגע לתורה, און קרבנות התלויים בזמן, ביז וואנענט אז ”עבר זמנו בטל” קרבנו, צוזאמען דערמיט וואס ס'איז דא תורה און מצוות וואס זיי זיינען שוין ”בכל זמן ובכל מקום”.

10ביחד איזה איז דאס קי סתירא ניט, אז ס'ווערט א שינוי דורך וועלכן שער עולה, כל שער התורה ומצוותי', ווי דאס שפיגלט זיך אויך אפ אין נגלה, כמדובר כמה פעמים,

11אז יעדער ענין אין רמז פון תורה, דרוש התורה, פירוש התורה, פשט התורה און סודות התורה, איז כלול כל אחד מכל השער, איז דאך אויך ידוע דער דין אין נגלה, אז בשעת ס'קומט יום הכיפורים אדער א יו' טוב,

12זאגט די גמרא אין זבחים, אז אהנה ניט נאר אין דעם קרבנות פון דעם טאג ווערט קדושה פון דעם עילוי פון דעם טאג, נאר אפילו אין דעם קרבן תמיד שביום זה איז א שינוי וואס אויך אין אים איז אהני די קדושה פון דעם רגל אדער פון דעם מוהג,

13אין ווען מ'איז מקריב אט דעם תמיד.

14וואס דאס איז בדוגמא אין לשון פון 'פנימיות התורה' דער ענין פון דעם שער דורך וועלכן דאס גייט דורך.

15וואס עד"ז אויך, איז אף על פי וואס אין זמן איז דאך פריער געווען יט' כסלו, דערנאך איז געווען יו' כסלו, ”אין מהלך השנים”,

16ביחד עם זה אין מהלך החודש לאחרי זה, אז ס'איז שוין דא ביידע ענינים, איז אלעמאל פריער יו' כסלו און דערנאך יו' טס כסלו, און ווי גערעדט אמאל דער ביאור בזה,

17אז בתור הכנה קומט מען פון יו' כסלו אויך צו יו' טס כסלו, איז אבער אויך דא אין דעם דעם ענין, בפרט ווען מ'שטייט אין זמן פון יו' כסלו, וואס דעמאלט ווערט יו' כסלו דער שער וואס דרכות זיינען עולה כל הענינים אפילו די ענינים פון י'ט' כסלו,

18אפילו די ענינים פון ימי חנוכה שלאחרי זה, וואס דאס איז דאך געווען בזמן א ריבוי שנים, איידער ס'איז געווען י'ט' כסלו בגלוי.

19און ביז ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות, עכ"פ ברמז הדבר, אז מ'פארבינדט דאך דער ענין הגאולה וואס איז פארבונדן מיט 'פנימיות התורה',

20פארבינדט מען דאס מיטן פסוק פון ”פדה בשלום נפשי"”, און ווי רבותינו נשיאנו זיינען מבאר, אז דער ענין פון נגלה דתורה איז דאס אויך א פדי און א הצלה, דאס איז אבער פארבונדן מיט מלחמה.

21בפשטות, ווי ער ברענגט אראפ פון ראי' מהימנא, אז מ'דארף האבן א מלחמה מיטן 'העלם והסתר', ובלשון הפשוט מיט די קשיות ורמינהו וואס זיי זיינען דא אין נגלה דתורה,

22און בשעת מ'איז מנצח אט די מלחמה, מ'איז פארענטפערט די קשיות ורמינהו'ס, און מ'איז מבאר די ספקות אט דעמאלט ווערט דאס א פדי בדרך מלחמה,

23”עוקר הרים ותוחנם זה בזה”.

24וואס עקירה און תחינה איז דאך דאס ניט קיין ענין של שלום, דאס מ'איז עוקר דערנאך איז מען תוכן און תוכן זה בזה, ווי דער פשטות הענין פון קשיא ורמינהו וכיוצא בזה.

25משא' כן אין 'פנימיות התורה', במילא שפיגלט זיך דאס אויך אפ דער חילוק אין נגלה גופא, איז דאך דא א חילוק און א ממוצרי צווישן נגלה און 'פנימיות התורה', וואס דאס איז תלמוד ירושלמי.

26בפשטות איז דאך דארטן 'ארץ אשר' ”תמיד עיני הוי' אלקיך בה”, אז דעיניים איז תמיד אפילו 'בזמן הגלות', משחרב בית המקדש, משא' כן אין חוץ לארץ, ביז וואנענט בלשון הגמרא, ”במחשכים הושיבני” איז ער תלמוד בבלי, ניט ירושלמי.

27וואס דארט איז דאך אויך דא קשיות ורמינות, כמדובר כמה פעמים ס'איז אבער בכמות, דערפון אויך פארשטאנדיק באיכות, שלא בערך ווייניקער ווי ס'איז דא אין תלמוד בבלי.

28על אחת כמה וכמה ווי דאס איז אין 'פנימיות התורה', וואס לא סתמן, לא מחלוקת ולא רמינהו, מיט די אלע לשונות ווי ער רעכנט אויס אין ראי' מהימנא, און דער אלטער רבי איז דאס מבאר בארוכה אין אגרת הקודש שלו.

29וואס דערפאר פארבינדט מען במיוחד די גאולה וואס איז געווען דער מאסר וגלות בתוך גלות, מצד 'העלם והסתר' וואס מ'האט געוואלט מאכן אויף 'פנימיות התורה'.

30בדוגמא ווי ס'איז אין תלמוד ירושלמי איז אויך דא אמאל הקשיא אדער רמינהו וכיוצא בזה, און בשעת ס'איז געווארן די גאולה איז אבער אין דערויף אויך דא דער חילוק, דאס איז ניט א גאולה מתוך מלחמה, ”לכו לחמי בלחמי”,

31וואס מ'זאגט דאך אז לחם איז דאס נענה ”אפום חרבה לוחל”, דערפאר איז לחם אויך פון אותיות פון לחם, א ענין פון מלחמה,

32משא' כן 'פנימיות התורה' איז דאס איז א ענין פון ”פדה בשלום”.

33איז אין דערויף גופא זעט מען א חילוק צווישן פדה ושלום פון יט' כסלו און פדה ושלום פון יו' כסלו, ולכאורה א חילוק למעליותא בא יו' כסלו לגבי יו' טס כסלו,

34ווי נשיא דורנו איז מסביר, אז דאס איז א תקנה קבוע מ'זאל זאגן תהלים ווי ער איז מחולק לימות החודש, וואס דעמאלט קומט אויס דער חלק תהלים פון עשירי בחודש, עשירי יהי' קודש, איז ער כולל אין זיך דעם ענין פון ”פדה בשלום נפשי”.

35און אזוי האט זיך געפירט ווי נשיא דורנו דערציילט אויך דער אלטער רבי.

36דערנאך איז ביי אים אויך געווען אמירת תהלים בשופי, וואס ער האט דאס אויך געזאגט ווי נחלק לימות השבוע, וואס דעמאלט קומט דאס אויס בשלישי בשבוע,

37און דער ערשטער מאל י' טס כסלו איז דאך געווען בשלישי בשבוע.

38וואס אין דערויף זעט מען די תדירות דער ”פדה בשלום” פון עשירי בחודש איז דאס ”בכל שנה ושנה”, ובכל אחד ואחד,

39דער ”פדה בשלום” פון שלישי בשבוע איז דאס בא די וואס זאגן תהלים בשופי, און אז דער יו טס כסלו זאל זיין בשלישי בשבוע איז דאס געווען בפעם הראשונה, און דערנאך מזמן לזמן, ס'איז דא אבער שנים ווען יו טס כסלו איז ניט בשלישי בשבוע, און

40זיכער ניט ביי עשירי בחורה, ס'איז דאך יו טס כסלו, וואס דעמאלט דארף מען אנקומען צו דער המשכה פון דעם ”פדה בשלום” פון דעם יום שלישי שבשבוע זה, אדער פון דעם יום עשירי בכסלו ער זאל אויך אראפקומען און משפיע זיין אויף די ענינים פון י'ט' כסלו.

41און דערצו איז מען נאך מסייע, אז דורך דעם ניגון פון ”פדה בשלום” בי'ט'ס כסלו, ובפרט נאך אז ניגון איז דאך פארבונדן מיט פנימיות הנפש, און רירט אן אין פנימיות אנהויבס.

42אבער דאס קומט ניט ווי ס'קומט צו נפשי יצא בדברי, דער ”פדה בשלום” פון י' טס כסלו, וואס דאס איז ”בכל שנה ושנה”, און מצד חיוב ניט נאר מצד שופיע א ענין של הידור.

43וואס דערפון קומט אויך ארויס בהנוגע למעשה הוא העיקר, אז אויב א איד דארף זיך משתדל זיין אין הפצת המעיינות, ביז אין חוצה,

44וואס דאס ברענגט אויך אראפ דעם שלום בן חוצה, און ”כל התורה כולה לא ניתמה” אלא לעצות ווערן שלום בעולם,

45ווי אין סיום וחותם פון הלכות חנוכה, אין ספר ”הלכות הלכות” פון דעם רמב", איז ווען איז דאס בתדירות, זעט מען דאס בתדירות, אז אויף דערויף איז מעורר יו' כסלו.

46איז אויב מ'זאגט אז בכל השנה כולה דארף מען טאן אין הפצת מעיינות חוצה, וואס דאס ברענגט דעם ענין פון פדי בשלום בכל העולם כולו,

47על אחת כמה וכמה אז ס'קומט דער טאג פון י'ט' כסלו און ג' בשבוע, וואס דעמאלט איז דאס מטף תהלים בשופים, על אחת כמה וכמה וואס דאס איז דער דאס וואס ס'קומט צו אין י'ט' כסלו, מצד ההידור ומצד השופי על כל השנה כולה.

48וואס ס'קומט נאכמערער צו, מיט אט דערויף איז דאס אין אן ענין נצחי פארבונדן מיט דירת הדבר, אז ס'קומט דער טאג פון י' כסלו, בפרט נאך אז מ'קלייבט זיך צוזאמען אין אן אופן פון ציבור,

49וואס דעמאלט האט מען דאך דעם תוקף פון כל החלטות וואס מ'נעמט דעמאלט אן דעם תוקף וזכות הרבים, כמבואר בארוכה אין קונטרס פון החלצו איז דאס נאכמערער נתינת כח און נידע וזירוז אויף דעם ענין פון הפצת המעינות, ובפרט נאך אז דאס האט דאך אויך א שייכות אין אן אופן ישר מיט אופן לימוד החסידות,

50ווי ס'איז געווען בפשטות דער חילוק אין כמות צווישן אמירת החסידות פון דעם אלטן רבי'ן און צמח צדק און דעם מיטעלן רבי'ן, שלוש אבות העולם איז בהרחבה ובתדירות יותר ובהרחבה יותר, איז דאס געווען בא מיטעלן רבי'ן מערער ווי בא דעם אלטן רבי'ן און מערער ווי בא דעם צמח צדק.

51ווי דער ענין איז בכמות, און בשעת ס'קומט יו' כסלו, וואס דאס איז דאך זיין יום הגאולה, ובשר ”רישא גופא אזיל” ווערט דאך דאס א גאולה לכל די וואס לערנען תורתו, אדער זיינען מחליט אז זיי וועלן לערנען תורתו, מאיזה סיבה שונה ומשונה האבן זיי דאס נאך ניט געטאן,

52און ”מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה”, איז די החלטה איז גלייך פועל, אז ס'זאל זיין נאך מיט מער הצלחה און מיט ווייניקער העלמות והסתרים, ווארום דאס רעדט זיך וועגן 'פנימיות התורה', וואס לית תמן לא מחלוקת וכו ביז וואנענט אז מ'לערנט דאס אין אן אופן פון שלום בפשטות,

53מכל ענינים המבלבלים, סיי אין שלום פמליא של מעלה סיי אין שלום פעם מעלה של מטה, ווי חסידות טייטשט דאס אפ סיי מצד דעם 'נפש האלקית', פעם מעלה של מעלה,

54סיי מצד דעם נפש הבהרמית והגוף, פעם מעלה של מטה, זיינען זיי ביידע משלים און העלפן ארויס, און זיינען מסייע, בשני לבב ”ולכל לבבך בשני יצריך”,

55צוזאמען ערוצה, און מ'לויבט אנטקעגן, לקבל פני משיח צדקנו, ”ותלמודו בידו”, די הפצת המעיינות און 'לימוד התורה' בכלל,

56און מ'האט דאס בידו, ווארום ס'איז געווארן תורתו, און אין דער מצוה האט ער זיך אינגאנצן אריינגעלייגט, בדוגמא ווי אין מצוה צדקה, וואס זי איז דאך שקולה כנגד כל המצוות, ומקרבת את הגאולה,

57ווי דער אלטער רבי איז מבאר, בפרוטה קען ער קונה זיין 'חיי נפשו', וואס דאס איז אינגאנצן ער גיט ער דאס אוועק אין דער פרוטה 'חיי נפשו', אז מ'זאל טאן אין הפצת המעיינות אין אן אופן נפשי,

58”בכל לבבך בשני יצריך”, און אין אן אופן פון הרחאה, וואס דעמאלט וועט זיכער מקויים ווערן די הבטחה וואס כאמור לעיל, אז בכל שנה ושנה אין יו' כסלו זאגט מען ”פדה בשלום נפשו”,

59און מ'איז גלייך מוסיף ”כי ברבים היו עמדי” טייטשט ער דאך אפ אין ירושלמי, און דער צמח צדק איז דאס מבאר בארוכה, אז ברבים מיינט מען, אז אפילו אנשי אפשלום, וואס פריער זיינען זיי געווען בהתנגדות צו נפשי צו דוד'ן,

60איז דערנאך איז התפללו אז דוד זאל מנצח זיין, וואס דאס איז דער פירוש אין פשטות לויטן ירושלמי פון ”ברבים היו עמדי”.

61און דאס ווערט אזוי אויך בעולם, אז אפילו אויב אמאל איז געווען עפעס א רבים וואס מ'האט ניט מסכים געווען אויף דעם, אדער א מיר וואס האט נאך ניט אנגענומען דאס,

62ווערט דאס בזכות רבותינו נשיאינו אז די ברבים ווערן עמדי, און זיי זיינען מתפלל אז מ'זאל זיך מתגבר זיין על כל העלמות והסתרים,

63ביז אין אן אופן אז ס'ווערט די פדי בשלום אין 'לימוד התורה' וקיום מצוותי', און ס'ווערט די פדי בשלום ביז אין אן אופן אז ס'ווערט שלום כאמור אויך אין די פמליא של מטה, ווי ער טייטשט דאס אפ דארט אין לקוטי תורה, אז ס'איז ניטא קיין בלבולים מצד דעם גוף וכל ענינים הגשמיים.

64און מ'לערנט תורה און מקיים מצוותי' כולל 'פנימיות התורה' מתוך מנוחת הנפש והגוף, און ווען קען א איד האבן מנוחת הנפש ווען ער זעט אז אלע אידן ארום אים, אדער צו וועלכע ער קען דערגרייכן געפינען זיך אין א ”קב של” חיים,

65ווארום אניט קען ער זיך ניט טרוען וואס הייסט אז ס'איז דא א איד וואס זיין לעבן איז תורה איך היינו ואורך ימינו, וביחד עם זה איז נאך ניט ”תורתו אומנתו”, עכ"פ אין אן אופן פון שיעורים קבויים בתורה, וואס קבוע איז דאך אינו בטל,

66בשעת ער האט מנוחת הנפש, איז דאס גופא פארבונדן דערמיט וואס ער האט געטאן כל התלוי בו, ”ואין לך דבר העומד בפני הרצון”, אז מ'זאל מצליח זיין ”יגעת ומצאת”, אייינווירקן אויף יעדער אידן צו וועלכע ער האט געקענט דערגרייכן, אז זיי זאלן ממנו יראו וכן יעשו, ווארום ער ווערט אן אור להאיר, להפיץ התורה ומצוותי'.

67וואס דאס לייכט און לייכט דורך דעם חושך הגלות, און ס'ווערט ”לכל בני ישראל הי' אור במושבותם” נאך זייענדיק אין ארץ מצרים אין גלות ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה וואס ”לכל בני ישראל הי' אור במושבותם”,

68און מ'נוצט אויס וואס דאס איז גלות מערניט כדי מ'זאל זען די כלי כסף וכלי זהב און ס'זאל זיין דער ”ונצלתם את מצרים” מיטנעמען אלע 'ניצוצי קדושה' וכל השייך לזה, ובדרכי נועם ושלום,

69און גיין מקבל זיין פני משיח צדקנו, וויבאלד אז מ'האט שלימות אין תורה ומצוותי', גייט מען דאך בשלימות, ויעקב שלום, ביז מ'קומט אין ארץ כנער,

70וואס פון 'ארץ כנען' האט מען איבערגעמאכט, און ס'איז געווארן ארץ ישראל, און מ'גייט ”ויבוא יעקב שלום” ויקנה און ס'ווערט אין שכם וואס דאס איז חלקנו, ”ומטוב חלקנו, מה נעים גורלנו, מה יפה ירושתנו”, במהרה בימינו ממש.

71לחיים. אמונה.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions