English
ספרייה
kind
paragraph
order
F
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
איז דאך דא די בארימטע סוגיא אין ש״ס, אין גמרא, וואס די גמרא רעכנט דארט אויס בהנוגע ווען ס'איז דא א נפטר, ווען דאס האט פאסירט, און זאגט דארטן די מעלה, אז אויב ס'איז געווען ביום הששי איז אט דעמאלט איז סימן טוב לו אדער לה און דער פירוש ווי דער טעם בפשטות איז, דערפאר וואס מ'גייט גלייך אריין אין הכנות צו שבת, ס'איז א טאג פון ערב שבת לכנה לשבת, במילא איז פארשטאנדיק, אז דאס גופא באווייזט, אז די זאך וואס האט איצטער נסתיים געווארן גייט גלייך אריין אין א הכנה צו שבת, וואס דאס ווערט דערנאך א הכנה צו כל הענינים טובים, על דרך זה אויך פארשטאנדיק, אז ס'איז א סיום פון זאגן קדיש במשך פון א משך זמן רב, און דערנאך זאגט מען נאך דערצו, ווי ס'ווערט געבראכט אין אחרונים, אז מ'דארף זיין נזהר אפילו קיין איין און איינציקן קדיש ניט זאגן לאחרי פון דעם סיום פון די י'אלף חדשים, איז דאך פארשטאנדיק, אז דער סיום, און ס'הויבט זיך אן א נייע זאך, איז דאס ניט א זאך וואס דאס איז בערך, א סיום, און דערנאך שלא בערך א דבר חדש, און א דבר חדש אין צד הטוב. ביז וואנענט אז מ'פארבינדט דאס מיטן ענין פון ערב שבת, וואס ס'איז דאך אויך א הכנה צו ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים, און די כל הענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט תשובה, מיט אומקערן זיך, אלע נרמז אין דעם ווארט און אין דעם נאמען פון שבת, אין דעם אויך פארשטאנדיק וגם פשוט דער ענין וואס די נשמה קערט זיך אום צוריק צו איר גוף, בזמן פון תחיית המתים, ובפרט אז זי קערט זיך אום אין אן אופן אז דאס ווערט דערנאך א אומקרך, אין אן אופן נצחי, איז דאך פארשטאנדיק דער ענין הכי נעלה
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים