עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

27 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1ווי גערעדט, אז חנוכה איז דאך ענינו ענין השמן, אז אף על פי וואס ס'איז דאך געווען דער נס המלחמה, און ס'איז געווען דער נס השמן, איז דאך אין וואס איז דער עיקר נקבע געווארן, און דערפון הויבט זיך אן דער רגע הראשונה של חנוכה איז דאס דער ענין פון הטלקת נרות חנוכה.

2נאך איידער ער דאוונט די ערשטע תפילה וואו ער זאגט ”ועל הניסים”, על דרך זה ברכת המזון, עאכו"כ אמירת הלל, וואס דאס איז אש למחרתו בתפילה,

3וואס ס'איז שוין דא נאך קודם פון הלל וההודאה, איז שוין דא בגלוי דער ענין פון שמן, און מיט דעם נס שירא בשמן, און וואס דערפון קומט ארויס אויך די מצוה להדליק 'נר חנוכה', וואס דאס איז ענינו פון התלקת נרות חנוכה.

4וואס דער ענין פון שמן איז דאך אף על פי וואס ס'איז דאך דא ווי מ'קען מקיים זיין די מצוה שמן בכמה וכמה סוגים, איז דאך אבער דער נס געווען אין שמן זית וואס שמן זית קומט דאך, ווי ער איז מבאר בארוכה אין דרושי חנוכה, דורך דערויף וואס ס'איז דא ”אתהפכא חשוכא לנהורא ומרירו למיתקו”

5וכפשוטו, וואס דאס איז דאך אויך ווי אזוי אין ”הזית נותן שמנו” אלא על ידי שקודשין אותו, און ווי ס'געבראכט דער מאמר בפרט בהנוגע אויך צו י ט כסלו, ווי שוין אפגעדרוקט די שיחה פון דעם רבי'ן נשמתו אין,

6וואס ”אתהפכא חשוכא לנהורא” און וואס דערפאר איז דאך אויך חנוכה פארבונדן, ווי ער ברענגט אראפ אין די דרושים והוי' יגיע חשכי בתוספת אבו א העכערע ענין אין הוי און וואס טוט ער אויף?

7ניט נאר אתה הוי' נרי נאר אויך יגי' חשכי אז ער מאכט לייכטן דעם חושך, אז דער חושך אליין ווערט טוב, ”אתהפכא חשוכא לנהורא” וואס דאס איז דורך דערויף וואס ס'איז אויך דער ענין פון קטישא בדוגמא ווי גערעדט פריער דער ענין העבודה פון תפילה איז,

8פון ”נפשי כעפר לכל תהי'”, און דער ענין וואס ער זאגט אין 'מגורי אביו' די ירא פועל"ט ביי אים א ביטול, אז ער ווערט אויס מציאות בפני עצמו, אין דער עבודה ווי דאס איז מצד עבד, אדער די עבודה ווי דאס איז, כמבואר בארוכה אין המשך פון ס'ו", אדער ווי דאס איז מצד בן, ווי דערמאנט פריער פון דעם מאמר פון וישב,

9וואס אויך קען מען אין דערויף זאגן אט דאס איז דער ענין וואס ער זאגט די דרגא אין תניא, לבן שנעשה עבד, אז ס'איז דא ווען א איד קומט צו דער דרגא וואס ער איז בן ועבד.

10וואס דערפאר זאגט ער דאך, וואס דאס איז שייך צו יעדער אידן, וואס דערפאר זאגט מען דאך אין לשון התפילה אים כוונים אים כעבדים, נוסף על כללות הפירוש, בפשטות, אז דאס איז אים אדער באופן כך אדער באופן כך, איז דאך אויך דא אין דערויף דער פירוש פנימי, אז סוף כל סוף,

11ובפרט נאך לויט די הבטחה פון להנחי לאה ויש ויצוצי' ממלע אז ס'ווערט נתמלא משעלות לבבם לטובה אין 'תכלית השלימות', איז דאך דערפון פארשטאנדיק אויך בפשטות אז יעדער איד דערגרייכט צו 'תכלית השלימות' אין עבודת עבד און 'תכלית השלימות' אין עבודת בין.

12וואס דאס האט אויך א קשר און א שייכות צו אות וואס מ'האט גערעדט פריער, די שייכות פון דער ענין הדבש מיט דעם ענין פון ”עתיד הקב"ה להנחיל לאכל צדיק וצדיק שי עולמו שנאמר להנחיל אוהב” וישב וצאתיהם עמלו, און גערעדט אין דערויף, אז אין דערויף איז דא וואס דוקא א איד קען דאס אויפטאן, ווארום ”הכל בידי שמים חוץ מודי שמים”,

13וואס דאס איז אויך אוצרותיהם עמלו און פאר דערויף איז שוין דא וואס דער אויבערשטער גיט לאנכי לאהב היש ביז ווי פירוש הרמב"ם יש הנצחי, וואס דאס איז דאך ווי דער ענין אויך פון יש האמיתי.

14וואס אין דערויף איז אויך פארשטאנדיק, ווי דער אלטער רבי איז דאך מבאר בארוכה אין די דרושים אין לקוטי תורה, וואס אין אוריהו, וואס דארטן ברענגט ער אויך אראפ דעם מאמר המדרש אויף ”ואלה הדברים”,

15וואס הדברים טייטשט אפ דער מדרש אין מדרש דברים בתחילתו דברים פון לשון דברים אז אידן זיינען געגליכן לדברים און מבאר אין וואס באשטייט דער פארגלייכן, אז מה הדבורה איז דאס וואס זי איז מסגל, איינע מסגלת קלייבט זי דאס צוזאמען אלא לבעלה,

16אט אזוי זיינען אויך אידן בנוגע צו זייערע תורה ומצוות, זיינען זיי דאס מסגל אלא לבעלה צוליב דעם אויבערשטן.

17וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'איז דא דער ענין פון קיום התורה ומצוותי', און דערנאך קומט דערויף צו א העכערע דרגא, אז אינו מסגל אלא לבעלה.

18וואס דאס איז דאך ווי ער איז מבאר דארט אין די דרושים אז דער גאנצער ענין 'לימוד התורה' 'וקיום המצוותי'' איז דאס כדי למלאי רצון הבורא, אדער ווי דעם לשון פון דעם אלטן רבי'ן, אז ”נתאוה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים” און אט די תאוה איז מען דאס ממלא,

19נאר דערנאך איז ”אין הקב"ה מקפח שכר כל בריא” איז אויך דא די עלי' וואס קומט לאחרי הירידה אויף למלאי רצון הבורא, וואס דאס איז בדוגמא ווי בא דברים וואס זיי זיינען מסגל אלא לבעלה,

20און ווי ער ברענגט דורכעט אראפ בנוגע צו תורה ומצוותי', ווי מאמר המשנה, על ”כל מה שברא הקשברך בעולמו לא בראו אלא לפבודו” אז דאס איז אלץ צוליב דעם אויבערשטן, דערנאך איז דאך אבער דא אויך דער ענין השכר,

21וואס דאס איז אויך אין אן אופן הכי נעלה, וואס דערפון איז דאך אויך פארשטאנדיק, כמדובר לעיל, אז וואס די עבודה איז נעלית יותר, ביז וואנענט ער קומט-צו צו די עבודה, אז ער איז אינו מסגל אלא לבעליו, ווי גערעדט פריער ”שלא על מנת לקבל פרס” נאר עבודה מאהבה, ווי דער רמב"ם זאגט אין הלכות תשובה האמור,

22על דרך זה בלימוד התיבה, ענין פון 'אוהבי תורתך' אט דעמאלט איז אויך אין זיין עלי' און זיין שכר, וואס בשם המושל ווערט דאס אויך אנגערופן בשם שכר דערפאר וואס דאס איז א מסווה, אבער דאס נעמט ער ווערט איין זאך מיטן אדון,

23וכמבואר לעיל על פי דרוש פון 'וישב יעקב' אין ברשת זו, איז דאס אויך מצד עבודת הבן מצד ענין הבן וואס די עבודתו איז אויך בשלימות, און אט דעמאלט ווערט דאס דער ענין פון דבש,

24אז דבש איז אן ענין פון אוכל, אן ענין פון משקה, וואס בכללות ענין פון משקה איז דאך ווי דער אלטער רבי איז מבאר בהנוגע צו משקה העיקרית, וואס דאס איז מים,

25אז ענינו איז אויף פאנאנדערפירן און צוברענגען די אלע ענינים מאכל ”בכל חלקי הגוף” בהנוגע צו מאכל ומשקה גשמי.

26וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז פונקט אזוי ווי א משקה, עאכו"כ דער עיקר המשקהות וואס דאס איז מים ווערט דאך דאס ”נמשך מגבוה לנמוך”, וואס דאס באווייזט אויף שלילת א ענין פון התנשאות,

27כמבואר בארוכה אויך בכמה וכמה דרושים, איז אט דעמאלט ווערט דאס ”נמשך מגבוה לנמוך” פון 'תכלית השלימות', ביז פון תענוג האדון און תענוג האב, ביז ווי דאס ווערט נמשך אין דעם נמוך ביותר, אין תחתון תחתון ביותר, ובלשון התניא בתחתונים שאין תחתון למטה הימנו.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions