פסקה
פסקה rh-x8amdm3p
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-9ra9r39f
- order
- Lh
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- טעג. און דאס איז אויך אן אנווייזונג פאר יעדער אידן, ובמיוחד פאר צבאות השם, אז אזוי ווייסן זיי דאך, אז די וועלט איז באשאפן געווארן, ווי געזאגט פריער, דעם אויבערשטן אליין האט ער דאס באשאפן אין זיבן טעג, דערנאך האט דער אויבערשטער באשאפן דעם אידישן פאלק, און אין דעם פאלק האט ער באשאפן אויך אז ס'זאל זיין דער אמת'ער חינוך פון תינוקות של בית רבן און פון צבאות השם, און האט זיי אנגעזאגט, אזוי דארף מען נאך צוגעבן אין דער וועלט וואס דער אויבערשטער האט באשאפן, אז די וועלט זאל ווערן א דירה לו בתחתונים, ווי דער האט ערשט האט געזאגט. וואס דער רמז אויך אין דעם, אז אין צוגאב צו די זיבן טעג וואס ס'איז דא אין יעדער וואך ווי דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט, איז נאך א איד האט א יום-טוב אין וועלכן ער גיט נאך צו אן אכטן טאג, אדער מדברי תורה ווי דאס איז בחג הסוכות, אדער אין חנוכה וואס דאס איז פארבונדן מיט א נס פאר אידן, און דאס בלייבט דערנאך, בשעת מ'צימדט דאס אן מיט א ברכה, און מ'טראכט זיך אריין אין דערויף, און געהערט זיך צו צבאות השם איז א זיכערע זאך, יעדערער וואס געהערט צום צבא, און מ'ציט אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן ווען ער איז אין צבא השם, איז אפילו בשעת ער גייט אוועק צו זיך, ווארום ער דארף עסן אדער טרינקען אדער שלאפן, וואס דאס געהערט דאך ניט צו עבודת הצבא, איז אויך דעמאלט פירט ער זיך אויף אין צבאות השם, און ביי אים ווערט באלויכטן זיין עסן און טרינקען און שלאפן און אויפפירן זיך יעדער טאג פון א גאנץ יאר, מיט דער ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור, און אין אן אופן אז ס'ווערט אלץ מערער און מערער, וואס דאס איז ווי דער זאגט, די אפלערנונג דערפון וואס מיר האבן זיך צוזאמענגעטראפן, און מ'בענטשט איינער דעם אנדערן און דעם גאנצן אידישן פאלק אין די ימי חנוכה,
- proofread
- 0