עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

21 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1זאל דער אויבערשטער בענטשן און מצליח זיין יעדערן פון אייך בתוך 'כלל ישראל', מיט אלע אידן צוזאמען אין אלעמען וואס מ'נויטיקט זיך, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, סיי אין בריאות הגוף און סיי אין בריאות הנפש,

2ובמיוחד אז מ'געפינט זיך דאך אין די טעג צווישן י' טעס און כ' כסלו און די טעג פון חנוכה, וואס סיי י' טעס און כ' כסלו איז דאך דאס ימי הגאולה,

3וואס מ'איז אויסגעלייזט געווארן פון גזירות, און ס'איז פארקערט געגעבן געווארן חופשה ניתנה לה אז ס'איז געגעבן געווארן א פרייהייט מ'זאל קענען לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות אין א רואיקן אופן, אין א גוטן אופן,

4און אזוי אויך די טעג פון חנוכה, איז דאך אויך ווי מ'זאגט אין ”ועל הניסים” אז מ'האט מבטל געווען אלע ניט געוואונטשענע זאכן, און ס'איז געווארן ליכטיק ביי אידן, און אין אזא אופן, אז מ'צינדט אן דערנאך נרות חנוכה,

5”על פתח ביתו מבחוץ”, אז אויך אין גאס זאל מען זען אז אידן פירן זיך ווי אידן דארפן זיך פירן און מאכן ליכטיק ביי זיך אין דער היים, און אויך אין אן אופן אויף מאכן ליכטיק אין גאס זאל אזוי זיין און נמשך ווערן,

6פארגעזעצט ווערן, אז דער גאנצער יאר ס'זאל זיין א ליכטיקער יאר, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, אנהויבנדיק דערמיט וואס יעדער איד וועט מאכן נאך ליכטיקער ווי געווען ביז איצטער, אין זיין לעבן פאר זיך, און לעבן מיט דער משפחה, און משפיע זיין אויף ארום זיך,

7מיט אידישקייט, מיט ”נר מצוה ותורה אור”, און ווי אנגעוויזן אין דער מצוה פון חנוכה זיך ניט באגנוגענען מיט דעם מהדרין מן המהדרין מיט דעם העכסטן אופן פון אידישקייט צו וועלכן מ'האט שוין דערגרייכט, נאר צוגעבן אין דעם מיום ליום אלץ מערער און מערער.

8און דעמאלט האט מען דאך די הבטחה, אז ”הנרות הללו אינים בטלין לעולם” אז די ליכטלעך און די ליכטיקייט וואס אידן מאכן ווערן זיי קיינמאל ניט בטל,

9ואדרבא ס'קומט נאך צו, בפרט נאך ווען יעדער איד העלפט די אידן ארום זיך דורך דורכגעדרונגען פון אהבת ישראל, ביז אין אן אופן פון אחדות ישראל,

10וואס אט דעמאלט קומט נאך נאך צו, אז ”כולנו כאחד” אז אידן האלטן זיך צוזאמען איז אט דעמאלט ברכנו אבינו בענטשט דער אויבערשטער באור פניך מיט דער ליכטיקייט פון זיין פנים קומט דאס אויך אראפ אין א ליכטיקן אופן דא למטה,

11ביז אויך ליכטיק בפשטות אין גשמיות, אז מ'האט בני חיי ומזוני רויחא, אלץ אין וואס מ'נויטיקט זיך, און אין אן אופן פון רויחא, פון הרחבה.

12וואס דורך דערויף גיט מען נאכמערער צו אין אלע גוטע זאכן, אנהויבנדיק פון צדקה בפשטות, און אויך אין צדקה ברוחניות, פארשפרייטן אידישקייט ארום זיך, ביז יפוצו מעיינותיך חוצה ווי יט כסלו גיט דעם כח,

13פארשפרייטן אידישקייט מיט אלע פנימיות'דיקע זאכן דערפון, ביז רזין דרזין, וואו נאר מ'קען דערגרייכן.

14און דאס היילט נאכמערער צו, אז פון דער גאולה פון יו ט און כ' כסלו, און די גאולה וואס מ'האט געהאט פון אלע גזירות אין ימי חנוכה, קומט מען גאר אינגיכן צו גאולה האמיתית והשלימה,

15על ידי משיח צדקנו, וואס ער וועט קומען גאר אינגיכן און ארויסנעמען יעדערן פון אונז, צוזאמען מיט 'כלל ישראל', און אלע צוזאמען ”קהל גדול ישובו הנה” וועט מען זיך אומקערן אין אונזער אייביקע נחלה, אין אונזער הייליקער לאנד, אשר ”תמיד עיני הוי' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה”,

16און מ'וועט זיך אומקערן גאנצערהייט, בגוף ובגשמיות וברוחניות, בגוף ובנשמה, צוזאמען יעדער איד און אלע אידן שלימות העם, און דארטן וועט מען אויך מיטנעמען מיט זיך שלימות התורה די גאנצקייט פון יעדער אידן און אלע אידן, אין אלע תורה זאכן, אנהויבנדיק בפשטות פון לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות,

17און א תורה'דיקן לעבן כל השנה כולה, און דארט וועט מען האבן די ארצנו הקדושה בשלימותה, ביז אין ירושלים עיר הקודש,

18און דארטן גופא איז ”מקדש אדנ' כוננו ידיך” בפשטות, אז בקרוב ממש קומט משיח און מיר גייען אלע צוזאמען, והוא בראשנו אין 'ארץ הקודש', ירושלים עיר הקודש, ובית המקדש, 'ובשמחה ובטוב' לבב.

19און ווי ס'פירט זיך צווישן אידן, אז ווען מ'גייט אין א נשיאה נעמט מען מיט א שליחות מצוה, ובמיוחד א שליחות פון צדקה, וועלן זיך אויך אין דערויף משתתף זיין דורך געבן יעדערן און יעדערע א דאלער אויף אפגעבן דעם דאלער אדער דעם חילוב זיינעם אויף צדקה, צוגעבן אויך פון די אייגענע,

20ו”גדולה צדקה שמקרבת את הגאולה”, און צדקה איז דאך מקרב אידן צווישן זיך דעם נותן מיט דעם מקבל, ביז אז ס'ווערט ”פדה בשלום נפשי” ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים” ומתפלל אים הציבור,

21ובקרוב ממש דא ני לי און יעדער איד און אלע אידן מבין אומות העולם, בגאולה האמיתית והשלימה.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions