Paragraph
Paragraph rh-x57eh3pb
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-4kp0kcd0
- order
- k
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און ס'וועט זיין בהצלחה רבה, ובמיוחד כמדובר לעיל היינו דמי ראינשי, אז מ'זאל זען, אז אין מכתבי עיתים הנפוצים זאל זיין באשריבן על כל פנים עיקרי הענינים און נקודות הענינים, און דער עיקר אז ס'זאל זיין דערביי אפגעדרוקט מן הגורל שבט אין אלע מודעות, כדי מ'זאל זיי קענען דערנאך צוזאמענלייגן א קארטס וואס דארט זאל זיין אנגעצייכנט, אז דארט זאלן אנצייכענען שמו אדער שמה, און דא שם האם, און דא דער טעלעפאן, אדער עדית וכיוצא בזה, און אז ער נעמט אויף זיך בכל חודש, אדער ער נעמט אויף זיך סתם, אדער וויל זיך פארבינדן מיט אן ארגון פלוני וואס שיקט אים דא, וואס דרוקט די מודעא וכיוצא בזה, אדער ער וויל צו אן אנדערן, איש כל רוצה בעיניו והישר בעיניו, וויבאלד אז דאס איז ענינים פון ישרים, איז במילא יעשה ויצליח. און ויהי רצון, אז ס'זאל אין דערויף אויך זיין בלשון הכתוב וזאת הברכה אז ס'זאל זיין א געבענטשטע זאך, און דער עיקר איז מ'זאל קענען מרע זיין באצבעו ואומר זאת אט איז דא א איד אדער א פרוי וואס האט אנגעהויבן טאן אין אט דעם ענין און האט גערעדט מיט א צווייטן אדער מיט א צווייטע בזה, און האט מצליח געווען, און האט פון זיי אויך געמאכט נרות להאיר און דערנאך וועט זיכער זיין, כמדובר כמה פעמים, מיוסד אויף א שיחה פון נשיא דורנו, אז נאך ווי זאת הברכה קומט בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ אז מ'האט די אלע ענינים של ברכה, בפרט נאך זאת הברכה אשר ברך משה אשה עליהם ובפרט אז מ'ברענגט דאס אראפ אין אן אופן לעיני כל ישראל, ובידי החזקה, אבער בדרכי ובדרכי שלום בויט מען דעמאלט אויף פון דאס-ניי, בתייעתא דשמיא, עוי די אלקים, ווערט בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ וכל צבאיהם ער בויט-אויף זיין לעבן פון דאס-ניי ביז אין אן אופן חדש לגמרי, און לגמרי לטוב, ביז אין אן אופן למעלה ממדידה והגבלה בכל מאדך.
- proofread
- 0