פסקה
פסקה rh-x3m4ds5c
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-dgsf5av5
- order
- D
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מ'האלט דאך ביים אפשלוס פון יום ראשון למעשה בראשית, וואס דאס איז דאך געווען בכבי אלול, איז דאך געווען נברא העולם, און דער טאג האט א שם מיוחד, ווי געזאגט אין פסוק, ניט ס'שטייט יום ראשון, נאר ס'שטייט יום אחד, און ווי חזל זיינען דאס מפרש, אז דאס באווייזט אז דאס איז געווען דער טאג וואס ס'איז געווען אחד, מערניט ווי יחידו של עולם, בפרט נאך אין תחילת היום, איז דאך דעמאלט געווען מערניט ווי יחידו של עולם, און ערשט דערנאך האט זיך אנגעהויבן די בריאה, עאכו כמה די פרטי הבריאה, וואס זיי זיינען דאך געקומען אנהויבנדיק פון א טאג לאחרי זה, אדער פון יום השלישי, וואס דא� האלט מען דאך אין ימי השבוע, אין דעם תפילת מעריב פון יום השלישי שהוכפל בו כי טוב, וואס דאס איז דאך אויך יש לומר, אז דאס איז דער גאנצער ענין פון בריאת העולם, איז דאך דאס כדי ס'זאל זיין טוב לשמים וטוב לבריות, וואס דערפאר האט דער אויבערשטער באשאפן די וועלט כדי מענטשן בכלל, און אידן בפרט,
- proofread
- 0