עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-x241cfvs

kind
paragraph
order
Qx
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ווי מ'רעכנט אויס בא יעדער שבט זיין ברכה, זאגט מען, אז מ'האט כולל געווען, אז דערנאך האט מען געגעבן פון אלע ברכות צו אלע שבטים און צו יעדער שבט, וואס דאס איז דאך אט דאס וואס איר האט פריער געזאגט ואהבת לרעך כמוך, און אזוי זאגט יעדער איד נאך קודם התפילה, ווי דערמאנט מערערע מאל, באקומט דאך יעדער איד וואו נאר ער געפינט זיך באקומט ער אלע ברכות פון אלע שבטים, פון אנשים נשים וטף, און באקומט דאס מיט א גאנצן אופן, בפרט נאך אז מ'האט א שנה תמימה, און מ'פארבינדט זיך ווי א אידישער סאלדזשער פארבינדט זיך מיט תורה תמימה, במילא ווערט ער אויך אן איש תמים, ווי געזאגט פריער, ווי אנגעזאגט אברהם'ן דער ערשטער איד אז ס'זאל זיין והיו תמים און דערנאך האט ער דאס איבערגעגעבן את בניו ואת ביתו אחריו, און דערנאך אויך אראפגעבראכט אין צו א אות פון דעם בעל שם טוב, וואס ער האט איבערגעגעבן דערנאך כמה פעמים פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, אז א איד אויף אנהויבן דין אין דעם אויבערשטן, וואס דערפאר הויבט ער דערמיט אן די צוואה, אז ס'דארף האבן אן עבודה תמה, וואס איינער פון די אפטייטשן אין דערויף איז, אז יעדער זאך וואס ער טוט פאר דעם אויבערשטן, וואס דאס איז דאך דער גאנצער אויפטו און די גאנצע שליחות פון דער ארמיי דארף ער דאס טאן אין אן אופן פון עבודה תמה, א תמימות'דיקער טאן, טוט ער דאס אויף און טוט דאס אפ, און טוט דערביי אויף אין דער פולסטער מאס, און באקומט אויך די ברכות והצלחות פון דעם אויבערשטן אויך אין אן אופן פון תמימות, אין א גאנצן און א געזונטן אופן, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, און דאס פועל'ט אויך די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט זיין די אלע דער גאנצער אידישער
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions