עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-wz9h97qv

kind
paragraph
order
6W
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און אין די פרשה וזאת הברכה עצמה, אין איר גופא, איז דאך אויך דא דער חלק פון איר וואס זי איז פארבונדן מיטן צווייטן טאג פון דער וואך, וואס דער היינטיקער טאג איז דאך דער צווייטער טאג פון דער וואך פון פרשה וזאת הברכה, האט מען גלייך ביים אנהויבס א וואונדערלעכע אפלערנונגען, און ווי דערמאנט פריער, אז די אפלערנונגען תורה זיינען אין אן אופן פון תורה אור א ליכטיקע אפלערנונג, אז גלייך דער חלק פון דעם טאג הויבט זיך אן מיט דער ברכה וואס מ'האט געגעבן שבט לוי. און ווי דערמאנט בפרט, איז דאך יעדער ברכה וואס מ'האט געגעבן איינעם פון די שבטים איז דאס דערנאך נמשך געווארן, פארגעזעצט געווארן, צו יעדער איד און צו אלע אידן פון אלע שבטים, וואס דערפאר איז דאך יעדער איד לערנט די גאנצע פרשה וזאת הברכה, נאר ער דייט-אן, אז דער חלק איז לכתחילה געזאגט געווארן צו דעם שבט, און דערנאך איז דאס נמשך געווארן צו אלע אידן, צו אלע שבטים, אזוי אויך בהנוגע צו שבט לוי. ס'איז דאך אבער לא אן אויסנאם אין שבט לוי, אז שבט לוי
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions