Paragraph
Paragraph rh-wy7atcnx
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-v0yp3cvh
- order
- V
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- קומט אויך בהמשך צו שמח ותשמח, און א הקהל, וואס אין דערויף אויך בנוגע צו ספרים האט מען זיך איינגעפירט לאחרונה, אז ס'איז אויך בהקהל סיי אנשים און סיי נשים און סיי טף האבן דאך יעדערע אייגענע ספרים, מיטן גאנצן די שטארקייט און דעם נועם וואס ס'גיט-צו בחייהם, אז אויך האבן בחייהם ניט נאר ענינים של לחם לחיל ובגד ללבוש, נאר אויך פון ספרי קודש. ובפרט אז מ'פארבינדט זיך נאך, אז דאס גופא, אז ס'האט ביידע ענינים, סיי אן ענין פון וואס יש לומר אז דאס איז א מצות-עשה מן התורה, סיי אן ענין וואס יש לומר אז דאס איז אן ענין פון דברי מצוה מדברי סופרים האט דאך דאס ביידע זאכן און ביידע מעלות שבדבר. און יהי רצון, אז דאס זאל גלייך אראפברענגען, כמדובר כמה פעמים, אז מ'וועט האבן כמצות רצונך אויך אין דעם ענין, ווארום ס'וועט קומען די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט דאך זיין כל העולם כולו בתכלית השלימות, במילא אף על פי כן וועט זיך אויך זיכער זיין דער ענין פון כתיבת ספר-תורה, במילא אויך דער פירוש שבדבר, דער דברות סופרים שבדבר, פון האבן אויך אנדערע ספרים, ניט קיין ספרי-תורה, האבן אין זיי און לערנען אין זיי וכו'כמדובר בארוכה. און די אלע ענינים זאלן נאכמער מוסיף זיין אין מעשינו ועבודתינו, והוא העיקר, אז מ'האט גלייך די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, און מ'נעמט מיט, וויבאלד אז כתפו מוז הבה מיט אים, על אחת כמה וכמה די אלע ספרים און די אלע כתבים, וואס דאס האט דאך אויך א תוקף פון ענינים של ספרים, בפרט נאך אז דאס איז נאך אויך פארבונדן מיט פנימיות התורה, כמדובר כמה פעמים, און ס'איז זיך איינגעפירט שוין געווארן, אז מ'איז זיך אויך משתדל האבן פון פנימיות התורה אויך אין אן אופן ניט נאר געדענקען אויף אויסווייניק, נאר אויך האבן דאס אדער אין אן אופן פון הכתב,
- proofread
- 0