transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דאך כמדובר כמה פעמים, אז וויבאלד אז די וועלט איז באשאפן געווארן פון דעם אויבערשטן, וואס ער איז דאך אן איין סוף, און יעדער פרט פון דער וועלט איז באשאפן געווארן במיוחד דורך דעם אויבערשטן ניט נאר א בריאה כללית, נאר דערנאך איז דאס אויך נמשך געווארן בפרטים ופרטי פרטים,
¶2ווי מ'זעט דאס אויך אין דעם סיפור פון מעשה בראשית, אז פריער זאגט מען בכלל ”בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ” און דערנאך ווערט דערציילט בפרטיות ”ויאמר אלקים יהי אור” ועל דרך זה די עשרה מאמרות, ועל דרך זה ביז אין פרטי פרטים, און ווי דער בעל שם טוב איז מדגיש,
¶3אז ”לעולם הוי' דברך נצב בשמים” אז אין יעדער נברא שטייט דער דבר הוי' וואס איז אים מהוה ומחי' ומקיים און שאפט אים פון דאס ניי מאין ואפס ממש 'בכל רגע' ורגע,
¶4איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז ס'דארף ניכר זיין און ס'דארף זיין אין ”כל דבר נברא” ווערט ”אומן שעשני” עפעס א פרט און א כלל וואס איז פארבונדן מיט דעם וואס האט אים באשאפן.
¶5וואס לכאורה איז דאך דאס א 'דבר והיפוכו', דער אויבערשטער הבורא איז אן אין סוף און דבר הנברא, איז דער עצם ענין וואס ער ווערט באשאפן איז ער באשאפן געווארן דורך א דבר הוי' מסויים ומוגבל,
¶6און ער איז באשאפן געווארן דוקא במדה וגבול, איז דאך דאס בכוחו פון דעם אויבערשטן, וואס ער איז 'נמנה הנמנאות' אז ער זאל קענען אריינטאן אין א דבר הכי מוגבל, אן ענין פון אין סוף.
¶7וואס דאס דריקט זיך אויך אויס אין דעם פרייז, אז אף על פי וואס דאס איז א דבר מוגבל ומסויים ומדוד ומוגבל, און קען גאר זיין אז ער איז גאר אין א ממדים ”אין אורך רוחב ועומק” הכי קטנים, איז אין אים דא ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט אין-סוף,
¶8וואס דאס איז דאך אויך איינע פון די ביאורים וואס מ'זאגט ווי יעדער ענין איז צום אלעם ערשטן שפיגלט זיך דאס אפ אין תורה, וואס זי ווערט אנגערופן ”תורה אור” אין איר שטייען די ענינים אין א ליכטיקן און א גלוי'דיקן אופן, און דערנאך איז ”אסתכל באורייתא וברא עלמא” קומט דאס דערנאך אזוי אויך אראפ אין העולם,
¶9אז אין עניני העולם, אפילו אז דאס רעדט זיך וועגן איין איינציקער פאסירום און איין און איינציקן ענין, בשעת מ'איז זיך אין דערויף מתבונן,
¶10על אחת כמה וכמה אז מ'טוט און מ'איז זיך משתדל אויסנוצן אים ”ככל הדרוש וככל האפשרי” קען מען פון אים ארויסבאקומען כמה וכמה פרטים וענינים,
¶11עד כדי כך, אז מ'זעט דאס אויך בפשטות, אז ס'איז דא א מאורע פרטי, און האט דערנאך געבראכט צו שינויים וואס זיי האבן משנה-געווען כל מהלך העולם, ווי מ'זעט דאס במיוחד בתקופתינו זו, וואס זי איז טאקע רבת המאומות און תשטוש הגבולים ביחד עם זה האט מען דאך א כלל,
¶12אז ס'ווערט נהענטער צו ביאת משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט זיין דער עולם במילואו נאך מערער ווי בשעת הבריאה, אלו תולדות מליא תולדות פרץ ווערט אויך נתגלה ענינים חדשים ופרטים חדשים, אין 'עולם הזה' הגשמי, ביז אין 'עולם הזה' החומרי,
¶13ביז וואנענט אז דאס ווערט אויך נמשך אין חכמות חיצוניות, כמבואר בזהר אז פון שנת שש מאות, און ווי דער זהר טייטשט דאס אפ,
¶14אז פון שנת שש מאות לאלף הששי איז אט דעמאלט איז נפקו מעיינות רבות ”וארובות השמים” נבטחו אז ”אפילו רבי אפילו” קליינע אין 'חכמת התורה' ווערט בא זיי אויך ניתוסף חכמה, לחכמה שלהם,
¶15אף על פי וואס זייער ענין לפי שעה איז אין ענינים חיצוניים, על כל פנים חיצוניים בערך התורה ומצוותי וואס דאס איז דאך דער פנימיות העולם,
¶16און מ'זעט דאס דוקא בימינו אלו בדורתנו אלו ווי ס'איז נתגלה געווארן, אז אין ן ענין וואס בכמות איז דאס הכי קטן, ובדורות שלפני זה האט מען אויף א כמות קטנה פון א 'דבר גשמי' ניט געלייגט קיין נאכט און קיין חשיבות,
¶17איז דוקא דורך וואס ס'איז ניט עוסק געווארן אין חכמת חיצוניות האט מען מגלה געווען, אז אין א כמות הכי קטנה פון א גשם, ווערט דאס פאנאנדערגעטיילט אויף ריבוי חלקים ופרטים,
¶18וואס יעדערער פון זיי האט אין זיך אויך כמה פרטים, און דאס ווערט צוזאמען א כח הכי אדיר, וואס אויב נאר מ'וויל קען מען דאס אויסנוצן ”לטוב ולתיקון העולם”.
¶19ווי מ'זעט דאס איצטער אויך בפשטות, דוקא בדורותינו אלו, אז פון א קליינער כמות בגשם קען מען אויפטאן גדולות וחדשות אין תיקון העולם, ביז אז דערפון קומט ארויס א תועלת לריבוי בני אדם, אף על פי וואס דאס איז א כמות אין דומם,
¶20און תועלת קומט ארויס צו א בן-אדם ובני-אדם וואס זיי זיינען אין שכל וחכמם, און זיי האבן די וואס האבן אנטפלעקט אט דעם כח וואס ס'איז באהאלטן אין דעם כמות הכי קטנה, און אזא כח, כאמור,
¶21אז איין און איינציקער פרט, וואס האלט מערניט ווי א טפח אדער נאך ווייניקער, איז אריינגעשטעלט געווארן א כח וואס קען ברענגען און מאכן א ”שינוי לטוב בכל העולם כולו”, ווי מ'זעט דאס בפשטות איצטער,
¶22ס'איז מערניט ווי דער אויבערשטער וויל אז א מענשט זאל אויסקלייבן בכח הבחירה שלו ”ובכרת בחיים” האט מען אויך געמוזט געבן א מעגלעכקייט מ'זאל דאס אויסנוצן אין אן אופן היפך הטוב,
¶23און דערנאך דארף א מענטש באווייזן וואס ער איז אז ער איז א בעל שכלי, און דער שכל זיינער איז אים מחייב ומכריח, אז יעדער ענין דארף ער אויסנוצן דוקא לטוב, און טוב ניט נאר פאר זיך, נאר לטוב לטוב כל הסביבה, ביז לטוב לכל העולם כולו, כמדובר ווי מ'זעט דאס דוקא בדורותינו אלו.
¶24און דערנאך ווי דאס איז אין כללות העולם, און כללות ווי דער עולם איז באשאפן געווארן, שפיגלט זיך דערנאך אויך אפ אין מאורעות מסויימים, ווי כמבואר, ומוזכר כמה פעמים וואס ס'שטייט אין ספרי מוסר, אז מ'דארף זיך מתבונן זיין, אז ס'איז דא א שמש אויף די זון וואס זי איז א גוף הכי גדול,
¶25און שפיגלט זיך אפ אין ים הגדול, וביחד עם זה, אז ס'איז דא איין טיפת מים שפיגלט זיך אין דער טיפת מים די גאנצע זון מיטן גאנצן העקער-פירער, צי זי איז אן עגולה אדער ליכטיק, אדער ניט אויף אזויפיל ליכטיק מיט כמה פרטים שבה, ווי מ'זעט דאס בפשטות 'לעיני בשר'.
¶26און וואס אין דערויף איז דער מוסר גלוי, בחשב וצדק בנפשו, וועט ער זען אז ער האט א צפיסת-מקום לכאורה פון א טיפה קטנה זאל ער וויסן זיין, אז דער אויבערשטער האט אזוי באשאפן די זון,
¶27אז זי שפיגלט זיך אפ אין אט דער טיפה ”אחת קטנה אין” אן אופן, אז מ'זעט אין דער טיפה קטנה אחת זעט מען די פרטי הענינים ווי זיי זיינען אין זונט, צי דאס איז עכ"פ בכללות, צי דאס איז ליכטיק אדער ניט אזוי ליכטיק וכו' וכו.'
¶28וואס אזוי איז דאס אויך על אחת כמה וכמה אין א מאורע כללי ווי י ט כסלו, וואס דאס איז דאך כאמור פארבונדן מיט א גאולה פון א נשיא בישראל,
¶29וואס ער האט מגלה געווען אין תורת חיים, הוראה בחיים, א לימוד און א תורה און א הנהגה וואס זאל דערנאך נתפשט ווערן בכל הדורות שלאחרי זה, עד ביאת משיח צדקנו און אויך לאחרי זה, איז דאך פארשטאנדיק, אז אין דעם מאורע זיינען כלול כמה וכמה פרטים וענינים והוראות,
¶30ביז וויבאלד אז ”המעשה הוא העיקר” הוראה איז בנוגע למעשה והנהגה בפועל.
¶31וואס אט דא ווערט דאך די שאלה יעדער מענטש איז דאך א מוגבל, און בשעת מ'זאגט אים אז ”המעשה הוא העיקר” דארף ער דאך אנהויבן פון איין זאך,
¶32מ'קען ער אנהויבן מיטאמאל פון ריבוי ענינים, וואס דעמאלט פעלט אין יעדער ענין וויבאלד ער איז פארנומען מיט צוויי ענינים איז קען ניט זיין אז ס'זאל זיין בשלימות, וויבאלד אז א מענשט איז א מוגבל דארף ער אויפטאן אין איין זאך כדבעי, און דערנאך הויבט ער אן לאחרי השלימות אויך די שלימות אין א צווייטן ענין און אין א דריטן ענין.
¶33און וויבאלד אז ”תורה אור” איז דאך פארשטאנדיק, אז תורה האט באווארנט, אז מ'זאל ניט בלאנדזשען און מ'זאל געפינען וואס מ'קען ארויסנעמען פון דעם ענין פון די ריבוי ענינים ופרטים וואס ס'איז דא אין דעם?
¶34זאגט דאך תורה די הוראה, אז בנוגע צו א נס דארף מען דאך נאכפרעגן ביי א בעל הנס.
¶35על אחת כמה וכמה ווען דער בעל הנס איז ענינו געווען חינוך און תורה און הוראה לרבים ווי מ'זאל זיך פירן, איז דאך א זיכערע זאך, אז ער האט ערגעץ-ווא אנגעוויזן אין א קלארן און אין א ליכטיקן אופן מיט וואס מ'דארף אנהויבן דעם לימוד פון יום הגאולה שלו.
¶36וואס דאס איז, כאמור, זעט מען ווי דער אלטער רבי גיט צו פארשטיין די גאולה שלו גלייך פון דעם ערשטן טאג, וואס דעמאלט איז ער נגאל בפעם הראשונה כאמור לעיל,
¶37אז דאס איז פארבונדן מיט ”פדה בשלום” ויצאתו ”בשלום מהוי' שלום”, און דערנאך איז ער אויך מוסיף, אז דער ענין איז געווען פאר דעם אלטן רבי'ן ותלמידיו, וואס דאס איז דאך א דבר הפשוט,
¶38איז ער אויך מדגיש וכופל כמה פעמים אין דעם זעלבן בריוו, וואס דאס איז דער ערשטער בריוו וואס דער אלטער רבי באשרייבט צו זיין גאולה, און גיט אויך די הוראות ווי אזוי די גאולה איז געקומען, וואס דערפון לערנט מען אפ ווי אזוי מ'דארף איר ממשיך זיין און ווי אזוי מ'דארף איר אויסנוצן, אז דאס איז געווען אין אזא אופן,
¶39אז כל השרים און ”כל עמי הארץ האבן” אויך געזען, אז דאס איז א גאולה, און א גאולה וואס באווייזט די נפלאות פון דעם אויבערשטן, און א גאולה און די נפעות וואו זעט מען זיי זעט מען זיי 'בקרב הארץ'.
¶40וכמדובר, ער זאגט דאס במכתבו, ולהדגיש דער עיקר פון דעם ענין חזר"ט ער דאס איבער כמה פעמים במכתבו זה, אף על פי אז ס'איז דאך ידוע אויף וויפל דער אלטער רבי איז געווען מדוייק בדיבורו, עאכו"כ בכתיבתו,
¶41עאכו"כ וואס צום אלעם ערשטן איז דאך דער בריוו געווען געשריבן צו גדולי ישראל בדורה, איז דאך א זיכערע זאך אז יעדער ווארט איז דאס ניט געווען א כופל לאופי המליצה, חס ושלום, נאר דאס איז געווען אן ענין חדש אין ניתוסף בזה, איז דערפון אויך פארשטאנדיק בנוגע צו דעם לימוד פון יו ט כסלו,
¶42פאר די אלע וואס קלייבן זיך צוזאמען בי"ט' כסלו, און ווילן ארויסנעמען פון דעם טאג דאס וואס מ'גיט דורך אים, ביז אז דאס זאל אראפקומען אין המעשה, ואדרבא ”המעשה הוא העיקר”, אז בהוספה וואס כאמור לעיל איז דאס דער ענין פון ”פדה בשלום” וואס דא האט מען דאך א צווייענדיקן ענין,
¶43אז מ'זאל וויסן זיין, אז ס'איז אזא מין מעמד ומצב אז מ'דארף אנקומען צו בדיעה, וואס ווען איז שייך זאגן פדה בשעת ס'איז דא גלות.
¶44שלא כדעת הטוב, אז די עניני התורה וההוראה איז פארבונדן בשעת אידן זיינען געווען ”איש תחת גפנו ואיש תחת תאנתו” בתחת ובממשלת פון מלכות בית דוד.
¶45בית ראשון אדער על כל פנים בבית שני זאגט פארקערט, אז די גאולה איז מדגיש, אז דאס איז א מעמד ומצב וואס ס'דארף אנקומען צו דעם ענין הפדי ביחד עם זה האט מען אויך די הבטחה, אז די פדי קען זיין בשלום, וביחד עם זה האט מען אויך די הוראה, אז די גאולה פועל"ט,
¶46אז ”כל השרים וכל עמי” הארץ דערגרייכט צו זיי אויך דער לימוד און די הוראה פון דעם יום הגאולה, אז ס'איז דא דער בעל הבית לבירה זו וואס ער באווייזט ניסן ונפלאות,
¶47בעלמנו זה התחתון שאין תחתון למטה הימנו, וואס דאס איז בפשטות די הוראה, ווי דער רמב"ם פסק'נט בגלוי, אז יעדער איד צוזאמען א מתן תורה האט מען אים געגעבן די תרי ג מצוות וואס אין זיי איז ער דאך מחוייב,
¶48און אין אן אופן פון ”התורה היא נצחית” אז די הוראה איז א הוראה נצחית, איז בשעת מתן ”תורה מפי הגבורה” ו”על ידי משה רבינו” האט מען אויך אנגעזאגט אידן, און יעדער אידן,
¶49ווי כל התורה ומצוותי'ער זאל טאן כל התלוי בו אין אן אופן, אז די גאנצע וועלט ארום אים זאל זיך פירן אין אן אופן פון ”לשבת יצרה” וואס דאס ווערט אויפגעטאן בכללות, דורך די ז' סוגים כלליים,
¶50וואס דאס ווערט אנגערופן די שבע מצוות בני-נח, וואס כל אחד בהם איז דאך אין כולל אין זיך א ריבוי פרטים, און א איד האט א שליחות קדושה ער זאל פועל זיין בא ”כל העשרים וכל עמי” הארץ,
¶51אז זיי זאלן מקיים זיין די אלע ענינים וואס טוען אויף אז די וועלט זאל ווערן ”לשבת יצרה”, און פועל זיין ווי דער רמב ים איז מדגיש, אז דאס איז דערפאר וואס אזוי האט דאס געגעבן משה ”רבינו בשעת מתן” תורה ”ששמה מפי הגבורה”, און מ'האט אויך די הבטחה,
¶52אז וויבאלד לא ”ברא הקב"ה דבר” אחד בעולמו לבטלה על אחת כמה וכמה אן ענין פון ציווי' ”של הקב"ה על אחת כמה וכמה” אן ענין פון א ציווי וואס דאס איז ניט פארבונדן מערניט מיט כהנים אדער מיט לויים אדער מיט אנשי סגולה,
¶53נאר ווי דער רמב"ם ברענגט דאס אראפ אז דאס איז א ציווי על ”כל אחד ואחת מישראל”, איז דאך א זיכערע זאך, אז חס ושלום צו זאגן אז דאס איז לבטלה, און מ'וועט ניט אויספירן נאר ס'איז אדרבא ס'איז א דבר בטוח,
¶54אז בשעת מ'וועט דאס וועלן מקיים-זיין, און ס'וועט זיין דער ”עמדו הכן כולכם” וועט מען האבן א סייעתא דשמיא און ס'וועט זיין די הצלחה בזה נאך מערער וויפל מ'איז זיך משער,
¶55וכמדומה כמה פעמים, אז דוקא במדינה זו איז דאס נתגלה געווארן בגלוי 'לעיני בשר' על ידי נשיא המדינה, וואס האט מכריז געווען בפומבי, און האט דאס געזאגט בפומבי,
¶56און דערנאך איז דאס פארשריבן געווארן בפומבי לכל אנשי המדינה, על ידי באו כח שלהם, אז מ'זאל וויסן זיין אז יעדערער דארף מקיים-זיין די שבע מצוות בני-נח, אונזער זיכערע זאך, אז די ממשלה וועט אין דערויף נאך מסייע-זיין,
¶57וואס דאס גיט דאך נאכמערער צו בשעת מ'דארף מקיים-זיין דעם אויבערשטנ'ס א ציווי, דארף מען דאך דאס טאן ”בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאודך” אפילו אז דאס איז פארבונדן מיט שוועריקייטן,
¶58בשעת מ'געפינט זיך אין א מדינה וואס דער נשיא המדינה האט דאס מכריז געווען בגלוי איז במכל-שכן וקל-וחומר, מה-דאך אז מ'פאלגט אים אין דיני ממונות וכיוצא בזה,
¶59על אחת כמה וכמה ווען ער גיט-איבער צי ער ווייס דערפון צי ער ווייס ניט דערפון, און ווען ער גיט-איבער א פסק-דין פון רמב וואס היינטזיקע יאר איז דאך אכט הונדערט און פופציק יאר להולדת שלו להסתלקות שלו,
¶60וואס דאס איז דאך נאכמערער מדגיש דעם כח שלו, ביז וואנענט אז אין דערויף גופא איז אויך געווען כל שרי העמים און ”כל עמי הארץ האבן” דערפון געמאכט א גאנצן שטורעם, אז דאס איז אכט הונדערט און פופציק יאר,
¶61און דאס האט דערפון אויך מדגיש געווען דורך ענינים של מעשה ושל כתיבה ושל דיבור וכיוצא בזה, גיט דאך דאס נאכמערער עידוד ויתעוררות, אז יעדער איד זאל טאן בהוספה דעם ענין פון ”אני נבראתי לשמש את קוני” דורך די ענינים וואס זיינען פארבונדן מיט קיום תרי"ג מצוות,
¶62אויך אין קיום ציווי הקב"ה אויף פועל זיין אויף כל עמי הארץ, דורך שרי הארץ ”שרי העמים, אין” די ענינים פון 'קיום מצוות' שבע בני נח.
¶63ובפשטות איז דאס, ווי במעשה הוא העיקר, אז אין צוגאב צו קיום התורה ומצוותי ”התורה היא נצחית” איז דאך דאס געווען דער קיוב וציווי בפשטות,
¶64בכל משך ימי הגלות, עאכו' כמה ”בזמן שבית המקדש הי' קיים”, ס'איז דאך אבער געווען זמנים וואס עמי הארץ האבן ניט צוגעלאזט אז מ'זאל מיט זיי רעדן וועגן ענינים פון שבע מצוות בני-נח, צי מצד היראה צי מצד היפך האהבה וכיוצא בזה,
¶65ס'איז אבער געווען א סכנה ממש מ'זאל זיך דערמיט פארנעמען ווערט דאס א שאלה פון פיקוח נפש, משא' כן אז מ'האט זוכה געווען און מ'געפינט זיך אין אזא מין זמן און אין אזא מין מדינה וואס זיי זיינען נאך מסייע בזה האט מען דאך א הוראה ברורה מלמעלה, אז ס'קומט אויך צו ס'זאל זיין מעשה בפועל, אין 'קיום המצוות',
¶66מיט דער הבטחה אז מ'וועט זיכער מצליח זיין, בנוגע אויך צו ”כל השרים וכל עמי” הארץ, און ווי מ'האט דאס אויך געזען בפועל, און אפגעלערנט פון מעשה בפועל,
¶67אז יעדערער וואס האט זיך געפרואווט טאן אין דער ריכטונג האט געהאט א הצלחה, נוסף אויף דער נשיאת חן וואס ער האט באקומען פון די בני נח וואס האט געזען אז ער וויל טאן פאר אים א זאך, ניט דערפאר וואס ער האט דערפאר באקומען שכר דורך כבוד אדער דורך ממון,
¶68נאר דערפאר וואס ער וויל טאן א טובה דעם בן-נח מיט וועמען ער טרעפט זיך, אדער מגדיל זיין בטובתו און בנינים וואס ער זשאלעוועט ניט, ס'איז ליב דערויף טירחא וכיוצא בזה, און ס'איז געווען די הצלחה בזה, למעלה מן המשוער,
¶69אז מ'האט זיך צוגעהערט און אנגענומען און האט געטאן נאך מערער וויפל מ'האט פארלאנגט און געזאגט צו זיי, און נאך מערער דאס האט נאך מוסיף געווען אין די חשיבות וואס מ'האט באקומען בעיני שרי העמים ”ובעיני עמי הארץ”, ועל די זה אויך סיוע בפשטות בכל צרכים פון די אידן דא.
¶70עאכו"כ אין דעם ענין הכי חשוב די צרכים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט עניני יהדות, 'לימוד התורה' וקיום מצוותי' בפועל, וואס די אלע זאכן זיינען נאכמער ממהר, האמור לעיל, אז ס'קומט בקרוב דער יעוד,
¶71ווי דער רמב איז מסיים ספרו, 'יד החזקה' אדער משנה תורה, ווי די נעמען פון דעם ספר, אז בקרוב ממש וועט קומען משיח צדקנו, און דעמאלט וועט זיין אקרא אל כל העמים ”כולם שפה אחת” ”שפה ברורה לעבדו כולם שכם אחד” ”והיתה להוי' המלוכה”, במהרה בימינו ממש.
¶72לחיים.