English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

47 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1דאך די התוועדות און דער צוזאמענקלייבן דאך איז דאך פארבונדן מיט י'ט' כסלו, וואס די נקודה וואס אלע ווייסן דאך דעם סיפור הענין

2פון דעם מאסר און דער גיונה, וואס בשעת מ'האט דעם אלטן רבי'ן פארהאפטעט און דערנאך האט מען אים באפרייט וואס דאס איז געווען י'ט' כסלו איז דערנאך איז דאס איינגעשטעלט געווארן און נקבע געווארן בלב ישראל,

3אז ”מידי שנה בשנה” זאל מען פייערן דעם טאג, ווארום דאס איז ניט א גאולה פרטית, אפילו ניט א גאולה מערניט ווי א גאולה פון א גדול בישראל, אדער ווי דער לשון אין שולחן ערוך פון אן אדם מסויים, וואס דעמאלט דארף מען מאכן א ברכה על מה שנעשה לו, אלע דארפן דאס מאכן,

4דערנאך איז ער אויך מוסיף אין שולחן ערוך, אן אדם ”שנתקדש שם שמים על ידו”, דערנאך איז דאך אויך נאך דא דער ענין וואס דאס איז רבו איז נוסף על כל זה איז דאס א גאולה פון אן ענין כללי,

5ווארום דער מאסר איז דאך ניט געווען מצד ענינים פרטיים, אדער בהנוגע צו דעם איש, פרקים, אפילו ווי ער איז אן איש כללי,

6נאר דער מאסר איז דאך געווען פארבונדן מיט דער גאנצער שיטה, צי די שיטה זאל קענען ווייטער אנגיין אין א פרייען אופן און אין פארברייטערן זיך און דערגרייכן אידן וואו זיי געפינען זיך,

7אדער מ'זאל די שיטה אנהויבן פארפאלגן און ניט לאזן זיך איר פארשפרייטן און אפילו אויף וויפל זי איז שוין געווען דעמאלט פארשפרייט זאל מען דאס ניט צוראזן אז דאס זאל ווייטער אנגיין אזוי.

8דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, אז דאס איז א מאסר און א גאולה פון א שיטה בחיים, און א גאנצן אופן לעבן, צי דאס זאל אנגענומען ווערן און צי דאס זאל ניט אנגענומען ווערן איז אין דערויף איז באשטאנען דער חילוק פון דעם מאסר ביז דער גאולה.

9וואס אף על פי וואס אידן זיינען דאך געוואוינט אז מ'זאל זייערע שיטות פארפאלגן, און ניט וואזן זיך פארשפרייטן, ואדרבא נאך ניט צולאזן אויף וויפל דאס איז שוין קיים זאל מען דאס אויך פארניכטן איז דאך אינו דומה אבער,

10בשעת מ'וויל אז א שיטה זאל זיך מתפשט זיין ביז אין אן אופן פון 'חכמה בינה' דעת אז דאס זאל זיך אפלויגן אין 'הבנה והשגה' אין פארשטאנד, און מ'זאל דאס לערנען אין אן אופן פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” אז דאס זאל פארשפרייט ווערן בכל מקום שאפשרי,

11איז דאך דאס א סך לייכטער און שנעלער און טיפער צו דערגרייכן ווען דאס ווערט געטאן מתוך חירות.

12על דרך ווי מ'געפינט דאך בנוגע צו מתן תורה בכלל, וואס ווי אזוי איז מען צוגעקומען צו מתן תורה?

13איז דאך געווען דאס דוקא דורך דער הקדמה פון די מסירת-נפש פון אידן וואס זיי האבן געהאט אין דעם פריערדיקן גלות אין מצרים, איז וואס זיי זיינען בייגעשטאנען די אלע גזיעות,

14און ווי דער זאגט אין מדרש, אז בזכות וואס ”לא שינה” את לבושם ושמם, מיט די אלע פרטים ווי ער רעכנט אויס, אז אידן האבן זיך ניט אונטערגעגעבן די גזירות, און זיי האבן זיך געפירט אויף זייער וועג, איז די נסירת-נפש האט גע'פועל'ט, אז דערנאך זאל זיי דער אויבערשטער געבן אידן די תורה,

15וואס דערפאר איז דאך מתן-תורה פארבונדן און ס'קומט נאך דער הקדמה פון 'גלות מצרים', פון די עבודת פרך, און ווי בלשון הכתוב, אז ”והוציאך את העם ממצרים” אז דוקא דורך דערויף וואס דער פאלק גייט ארויס פון מצרים אלס א פאלק,

16איז דאס ווערט די צוגרייטונג צו תלדון את האלקים על הער הזה אז מ'זאל נעמען תורה, און ס'זאל זיין תורה אין אן אופן אז יעדער איד ווערט אן עבד לה' ”תעבדון את האלקים”,

17וואס דאך דאס האט געדארפט פריער האט מען געדארפט אויספרואו ן אידן, אז זיי אונטערווארפן זיך ניט און זיי טרעקן זיך ניט פארקור הברזל ממצרים, און זיי בלייבן גאנץ אלס א פאלק, ביז אין אן אופן שלשינה אפילו את לבושיהם,

18אפילו די אויסווייניקסטע ענינים און קלוידונג זיינען זיי אויך געווען אויסגעטיילט פון אלעמען, אבער פונדעסטוועגן ווען האט מען געגעבן די תורה האט מען דאס געגעבן ניט בשעת זיי זיינען נאך געווען אין מצרים, כאטש אפילו די לעצטע צייט אין מצרים איז דאך שוין אויך ”בטלה עבודה מאבותינו ממצרים” בראש השנה פאר דעם חמשה עשר בניסן,

19און ווען האט מען געגעבן תורה ווען אידן זיינען שוין געווען נאכן זמן חירותנו ווען זיי זיינען שוין געווען חירות לגמרי, בהוציאך במצרים, און אט דעמאלט האט מען זיי געגעבן די אמת"ע חירות, וואס ”אין לך בן חורין אלא מי שעוסק” בתורה וואס דאס האבן זיי באקומען בא מתן סיני.

20וואס דער טעם הפשוט אויף דעם איז דאך, אז דער אויבערשטער וויל דאך אז מ'זאל לערנען תורה און מקיים זיין מצוות.

21אמת טאקע, ער וויל אז דאס זאל זיין ביי א אידן וואס ער האט באוויזן אז ער איז שייך און זיין ארבעט איז און זיין עבודה איז אין אן אופן פון מסירת-נפש, אבער דערנאך גיט אים דער אויבערשטער תורה מתוך הרחבה, אז נאך דערויף ווי ער איז ביי געשטאנען די נסיונות, גיט מען אים 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות' מתוך הרחבה,

22וואס דעמאלט קען דאך זיין דער לימוד בשלימות, און אויך דער 'קיום המצוות' בשלימות, ווי ס'שטייט דאך אין גמרא, אז בשעת מ'איז ניט אין א רואיקן אופן איז קען מען לערנען תורה, ס'איז אבער שווערער איר פארשטיין, וואס דערפאר איז בגלות איז ניטא דער ווערט אנגערופן ”במחשכים הושיבני” דערפאר וואס דאס איז א לימוד וואס דאס איז אין בבלי, אין גלות,

23און ס'איז שווערער צוצוקומען צו בירור האמת, על דרך זה איז דאך אויך מצוות זעט מען דאך אפילו לאחרי מתן תורה, ווען איז שייך דער 'קיום המצוות' בשלימותם, איז דאס דוקא ווען אידן וועלן ארויסגיין פון גלות, און ווי דער נוסח התפילות שם ”נעשה לפניך כמצות רצונך”.

24וואס כפשוטו גייט דאס אויף מצות כתבונות, אין דערויף איז אבער אויך נכלל ווי מפרשי העתידה והתפילה זיינען מפרש, אז דעמאלט וועט קענען זיין דער 'קיום המצוות' בשלימות, וואס בגלות קען דאס ניט זיין אין אזא מין שלימות ווי דער אויבערשטער וויל, סיידן ווען א איד וועט זיין פריי.

25נאר די הכנה לזה איז, אז א איד דארף באווייזן, אז אפילו ווען ער געפינט זיך אין גלות איז ער אויך פריי בנשמתם.

26ובנוסח הידוע, אז אין גלות געפינט זיך מערניט ווי דער אידישער גוף, און אויף דער נשמה זיינען אומות העולם ניט קיין בעה", און די נשמה איז קיינמאל אין גלות ניט געווען.

27נאר וואס דען, ס'קען דאך זיין אז די נשמה זאל זיך אונטערווארפן די הנהגה פון דעם גוף, איז אין דערויף באשטייט וואס מ'פרואווט אויס א אידן, אז אף על פי וואס ער געפינט זיך אין 'גלות מצרים',

28און ווי ער זאגט אין מדרש, אז כל הגליות 'נקראו בשם' מצרים ווארום גלות איז אן ענין וואס מיצר ער מאכט, דאס מאכט ענג א אידן, איז באווייזט דעמאלט א איד, אז די נשמה, ניט נאר זי אונטערווארפט זיך ניט דעם גלות פון דעם גוף, נאר אדרבא זי פירט אויס און זי פירט אן מיטן גוף, ניט קוקנדיק אויף דעם וואס מ'געפינט זיך נאך אין זמן הגלות,

29אבער ווען קומט דערנאך ארויס די תורה בשלימות איז דאס דעמאלט ווען ס'איז אויך דא דער חירות כפשוטו, על דרך ווי ס'איז געווען דער מתן תורה ”בהוציאך את שם הזה ממצרים”.

30וואס אט אזוי איז אויך, אפילו אז ס'וואלט חס ושלום ניט געווען די גאולה, איז דאך א דבר הפשוט אז אידן וואלטן אנגעגאנגען מיט לימוד 'פנימיות התורה', ווארום אידן זיינען דאך געוואוינט אויף מסירת-נפש בכלל, און אויף 'לימוד התורה' בפרט ומבואר אין דברי ימי חיי עם ישראל במשך פון טויזנטער יארן,

31דער אויבערשטער וויל דאך אבער אז דאס זאל זיין בשלימות, און מ'זאל דאס באנעמען מיט דער גאנצער טיפקייט און דער ברייטקייט, און צוברענגען דאס ביז אין חוצה אז דארטן זאל צוקומען דער מעיינותיך דורך דער ארבעט פון יפוצו אט דערפאר האט מען געדארפט האבן דעם חירות, אויך מצד ממשלת, א מדינה ההיא,

32אז די ממשלה זאל אויך אנערקענען אז דאס איז א שיטה וואס זי איז צוגעפאסט פאר אידן, אויף וויפל א גוי אויף וויפלו פארשטייט דאס אויך, און דערפאר האט מען ארויסגעלאזן לחירות דורך דעם ארויסלאזן לחירות פון דעם אלטן רבי'ן אויך דער לימוד השיטה און הפצת השיטה,

33אז זי זאל אנגיין בכל רחבי המדינה, וואס דעמאלט איז דאך דער ”רוב מנין און רוב בנין” פון אידן געפונען זיך במדינה ההיא.

34וואס אט דאס איז אויך, בשעת מ'קלייבט זיך צוזאמען לזכר הגאולה ההיא, איז אע"פ וואס דער לשון גייט דאך אז דאס איז דער מאסר וגאולה פון דעם אלטן רבי'ן, איז אבער אין פנימיות און די נקודה בדבר אז דאס איז דער מאסר וגאולה פון דער שיטה פון דעם אלטן רבי'ן,

35נאר מ'קען ניט פאנאנדערטיילן, ווארום דער אלטער רבי מיט זיין שיטה איז געווען איין זאך, דאס איז ניט וואס ס'איז געווען א איד וואס אין ”זמן מן הזמנים” האט ער געלערנט די שיטה און געלעבט לויט דער שיטה, דאס איז א איד וואס ער האט אויפגעטאן די שיטה, און דאס איז געווארן זיין גאנצע מציאות, אז ס'איז ניט געווען קיין רגע פון זיין 'מחשבה דיבור' ומעשה,

36וואס דאס איז ניט געווען א שיטה וואס גייט ארום א לעבעדיקער אין דער צורה פון דעם לעבעדיקן אידן, וואס דערפאר איז דאס דער זעלבער ענין אז מ'זאגט דעם מאסר וגאולה פון דעם אלטן רבי'ן און דעם מאסר וגאולה פון דער שיטה ווארום ער איז מסר נפשו עלי ביז אין אן אופן אז דאס האט דורכגענומען זיין גאנצע מציאות,

37און די אלע ענינים וואס ס'האט מיט אים געטראפן איז דאס איז געווען ענינים וואס ס'טרעפט זיך מיט דער שיטה, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז בשעת ער יצא לחיות, איז אויך ווי מ'ווייס דאך פון סיפור הענינים כפשוטם, איז דורך דערויף איז באפרייט געווארן לימוד השיטה און הפצת ”השיטה בכל רחבי” המדינה.

38און אט דאס איז אויך די אפלערנונג אז מ'קלייבט זיך צוזאמען א אידן בהתוועדות, וואס דאס איז פארבונדן מיט דער פאסירונג, מיט דעם מאורע איז דאס דעמאלט א דער דערמאנונג, און נאך מערער א מסינת-כח,

39אז פון איצט-אן און ווייטער זאל מען לעבן מיט דער שיטה אין אן אופן פון חירות, ניט רעכענענדיק זיך מיט קיינע ענינים של 'מיצרים וגבולים' פון מצרים, וואס זיי מאכן איין גאנגע אידן,

40און אט דעמאלט וועט מען קענען אנגיין מיט דער שיטה און דורכפירן איר מידי יום ביומות פון י'ט'כסלו, וואס דאס ווערט אנגערופן דער ראש השלמי לתורת החסידות ולדרכי החסידות, זאל מען דאס מיטנעמען אויף די טעג פון א גאנץ יאר, אז יעדער טאג זאל זיין א לעבעדיקער חסיד'ישער טאג,

41אין דעם רוח און לויט די אנווייזונגען פון תורה פון דעם אלטן רבי'ן פון בעל הגאולה והשמחה.

42און אט דעמאלט איז מען בטוח, אז אזוי ווי ס'איז געווען בא דעם מחורל השיטה בא דעם נשיא הראשון פון תורת חב", אז ווי ער שרייבט אין די אגרת וואס איז פארבונדן מיט זיין שחרו און מיט זיין באפרייד, אז הגדיל והפליא ”הוי' לעשות בארץ”,

43אז אפילו אומות הארץ האבן געזען אז דאס איז ניסים גלויים האט מען דאס האבן אויף דערויף מסכים געווען און מאשר געווען בכח הממשלה, אזוי וועט דאס זיין בא יעדער אין ההולך בעקבותיו וואס וועט גיין מיט דער שיטה און מיט דער החלטה,

44אז ס'וועט זיין כנוסח בלשון הידוע ידם על העליונה מ'זאל קענען אנגיין מיט לימוד החסידות והליכה בדרכיה מתוך הרחבה ומתוך שמחה וטוב לבב,

45און בחיי יום יום אין יעדער טאג פון א גאנץ יאר, ניט נאר רי' טס כספור פון שבתים ויום טובים און ימי סגולה, נאר בכל יום ליום ו”בכל לילה ולילה”, ולמטה מעשרה פחים,

46וואס דאס איז דאך די וועג פון דער גאולה זאל מען קומען צו דער גאולה האמיתית והשלימה של 'כלל ישראל' בקרוב ממש, אז ס'וועט זיין 'קאתי מר דא מלכא משיחא', ווי די אגרת הקודש פון דעם בעל שם טוב, וואס יבוא ויגאלנו ויוליכנו קונמיות לארצנו בקרוב ממש.

47קרוב ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים