transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1בקולים, אסורת ויצחר, ומכלת פעדות וסידים, חמה הי'עבאת ראשון, און דערפאר וועט מען זיין פארשטאנדיק, בשעת זיין פארשטאנדיק, און דערנאך אויך אן ענין פלא, וואס צוזאמען מיט די לוחות ראשונים שטייט דאס ניט, און דוקא בא די לוחות אחרונות איז געווארן דער קרוב פני משה, וכמדובר כמה פעמים, ועל פי המבואר אין חסידות באריכות, איז דא דער משה וואס פועל'ט-אויף אין יעדער אידן, ווי די גמרא איז דאס מבאר אויך בנוגע אין נגלה און אין הלכה בפועל, אז מה הוי'אלקיך שואל מעמך ווערט דאס א מילתא זוטריתא בא יעדער אידן, אפילו אז דאס איז פארבונדן
¶2אים מיט משה רבינו, ווי רופט מען דאס אן מילתא זוטרתא? איז דאך דערפון פארשטאנדיק גופא, אז אין משה עצמו איז דאך דא כמה וכמה דרגות, איז דא אויך אין אים איז א מילתא זוטרתא און דאס איז ווי המש אשר רגלי בקרבו איז אט דעמאלט איז דאס דער ענין פון זוטרתא, אן ענין פון רגלי, און דערנאך איז דא ווי דאס איז בא יעדער אידן, דער ראש שלו, וכמדובר כמה פעמים, און נאך העכער פון דעם ראש, וואס דאס איז דערין דער כתר שעל גבי הראש, און וואס דאס ווערט דערנאך אויך כתר יהו מלכות דער ענין פון מלכות, ביז ווי מלכות איז איין זאך, און דארט ווערט דער מלך ביפי תחזינה עיניך און נאכמערער דוקא דער כתר מלכות און ענין מלכות, מצות, וכמדובר כמה פעמים אויך בארוכה אין די דרושים פון פורים, ווי אזוי דאס איז אפילו לפי שעה האט דאס אויך ניט געקענט זיין אין לעומת זה דער ענין פון כתר, וואס דאס איז געבליבן מערניט אינגאנצן תמיד כל הימים, מערניט ווי ביי א אידן, און ביי א אידן איז דאס געבליבן אינגאנצן בכל התוקף ובכל הענינים,
¶3תוקף שטייט ביי אים א באל פארברגן, איז דאך אבער דער רצונו האמיתי איז דאך פארבונדן מיט זיין תוקף, וואס דערפאר איז דאך דאס זיין רצון האמיתי, וואס דערפאר האט אויך יעדער איד אין זיך א תוקף אויף איבערקומען דעם גאנצן אריכות הגלות, און דעם גלות וואס איז געווען לאחרי חורבן בית ראשון, און דער גלות וואס איז געווען אין תחילת חורבן בית שני, וואס אויף דערויף זאגט מען דאך אויך בתותר, אז ס'איז נאך געבליבן די ענינים וואס זיינען געווען פארבונדן מיטן בנין הבית אפילו לאחר החורבן פון בית שני, און דאס האט אנגעהאלטן א משך זמן אזוי, ביז ווי מ'פארבינדט דאס אויך דערמיט וואס אין בית דין פון דעם אלפס איז מען געווען מקדשין על פי הראי און דערנאך
¶4אויך איז דא אזוינע וואס זיינען דאס מקשר, וואס דער בית יוסף האט זיך באקומען סמיכה פון דעם רל-בך, וואס ער האט מחדש געווען דעם ענין הסמיכה, על יסוד וואס דער רמב״ם פסק'נט, אז יראה לי אז בשעת זיי האבן זיך צוזאמענגעקלייבן די רבנים, די פוסקי דינים, די רבנים פון ארץ-ישראל, קענען זיי דעמאלט באנייען, מלכתחילה, אן קיין המשך לפני, זה, אלס א דבר חדש, וואס שבעה שבטייך כבראשונה איז דאך דאס אפילו אז ס'איז דא דער ענין ההפסק בינתיים, ווערט דאס אויך כבראשונה, און אויך וואס זיינען דאס מפרש, אז כבראשונה איז דאס כף הדמיון, אדער כף הדמיון איז למעליותא, וואס דאס איז נאך העכער ווי ס'איז געווען כבראשונה, וכמדובר כמה פעמים, אז דער בית המקדש השלישי איז דאס מקדש אדנ'כוננו ידיך און אין אן אופן הוי'ימלך לעולם ועד, אז ס'איז ניט געווען ניט אין מקדש ראשון, ניט אין מקדש שני, אפילו ניט אין דעם ענין המשכן של עשה משה לפני זה, ווארום אין משה גופא איז דאס א דרגא שלא בערך, ווי משה האט זיך געבעט לשלח נא בית תשלח ווען איז דאס אויסגעפירט געווארן, אז משה בעט זיך איז דאך א זיכערע זאך,
¶5דער אויבערשטער איז דאך דאס מקיים בפשטות, ווי ער האט געזאגט, איז דאך דאס במשה ואיז אויך דער ענין פון משיח גואל ראשון הוא גואל אחרון משיח ראשון הוא גואל אחרון משיח הוא ומשיח אחרון איז אלטע ענינים ווערן דאס פארבונדן אין משה, וואס דאס איז פארבונדן אויך מיט תורת משה, וואס משה קיבל תורה מסיני, און מתן תורה איז דאך געווען אן איין און איינציקן מאל, איז דאך פארשטאנדיק, אז דעמאלט האט משה אלץ מקבל געווען, אויך די תורה חדשה מאיתי תיתי, וויבאלד אז מתן תורה איז מערניט ווי איין און איינציקן מאל, און ויהי רצון, אז ער זאל זיין תיכף ומיד ממש, און על ידי ההקדמה וואס מ'מאכט פון יעדערן א שליח אויף אן ענין של צדקה, און אויך ההקדמה בקשר מיט דער פרשת השבוע, וואס די פרשת השבוע איז דאך א פרשה נפלאה, וואס אין איר איז דא כל הענינים כולם, און יעדערער פון דעם ענין שטייט באזונדער אין תורה שבכתב, און באזונדער מיט כל הענינים שבו, סיי די לוחות ראשונות און סיי די לוחות שניות און סיי די שברי לוחות שבינתיים, און זיי שטייען נאך דערנאך אויך אין א
¶6אופן, כמדובר לעיל, אז ס'ווערט דערנאך כרן אור פני משה איז דאך פארשטאנדיק, אז אזוי איז דאס בפנימיות תיכף ומיד געווארן בא יעדער אידן, מצד דעם משה שבקרבו, אדרבא דאס איז דאך גרבהם המילתא זוטריתא, און דאס וואס מ'דארף האבן א מסוה איז דאך דאס מערניט ווי ס'איז געווען בימים ההם, אבער בשעת מ'גרייט זיך צו גאולה האמיתית והשלימה, איז דאך דעמולט דאך לא יכנף עוד מוריך והיו עיניך רואות את מוריך איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'איז ניט שייך האבן קיין מסוה, וויבאלד אז יעדער איד און אלע אידן און כל העולם כולו איז עיניך רואות את מוריך ביז כמדובר כמה פעמים, אז לעתיד לבוא וועט דער דומם און דער אבן מקיר תזעק אז ס'וועט שרייען, אז דאס איז דער כח הפועל בניפל, און שטייט אין אים בגלוי, און ויהן רצון, אז ס'זאלן זיין קיין הפסק בינתיים, וויבאבד אז מ'האט שוין געלערנט די חלקים אין א פרשה אויך דעם סדר ווי דאס איז אין חלק ששי, וואס ס'הויבט זיך אן שוין א פאר שעה אין דערויף אריין, און דערנאך גרייט מען זיך, און מ'גרייט אויך צו, דעם חלק הקריאה, וואס ס'איז ביום השבת, איז דאך מנהג ישראל אויף מעביר זיין די סדק
¶7נאך ערב שבת, וכמדובר כמה פעמים. עאכו כמה וכמה לויט דעם אנזאג פון והיכינה את אשר יביאו וואס מ'וועט ברענגען בשבת קודש איז דאס שוין בא יעדער אידן, און צוגעגרייט, ובפרט אויף די אנשים צדקניות, וואס זיי גרייטן זיך צו די כל צרכי שבת בפשטות, סיי דגים און סיי בשר און סיי יין און סיי דוגמתם ווי דאס איז אין דעם דגן פון לווייתן און אין דעם בשר פון שור הבר, און דעם יין המשומה, און אין דעם קידוש לערב שבת בלילה, און דערנאך אויך קידושי רבתי ביום. און ויהי רצון, אז ס'זאל זיין קידושי רבתי תיכף ומיד ממש, נאך אין מוצאה פון יום החמישי און אין התחלה פון יום הששי, זאל שוין זיין דער קידוש רבתי פון כל העולם כולו, וואס דאס איז דאך אויך, אז אין איין און איינציקן עטלעכע ווערטער אדער אין איין און איינציקן פסוק איז מען כולל די גאנצע אריכות וואס מ'זאגט דאס בליל שע וואס אין אריכות
¶8הקידוש, און דערנאך אויך ביום שבת, און דערנאך האט מען אויך ווי דאס איז אין אן אופן פון ופרצת ימה וקודמה וצפינה ונגבה, וואס דאס איז דאך דער ענין וואס ווערט תיכף ומיד בגאולה האמיתית והשלימה. און דערנאך איז מען מסיים די ענינים פון חמשה בשבוע, צוזאמען מיט דער חלק השבוע אין וועלכע ס'רעדט זיך פון כן און ענין חנתו מדות, וכמדובר כמה פעמים, ועוד והוא עיקר, אז די אלע ענינים זיינען תיכף ומיד ממש, נאך במוצאו פון יום חמישי, און ס'ווערט אויך יום חמישי איז דאך דער ערשטער טאג אין שבעת ימי בראשית, וואס דעמאלט איז געווען דער ענין הברכה, און דערנאך איז דאס געווארן אויך א הכנה צו דער ענין הברכה וואס ברכו בכפליים וואס דאס איז דאך געווען דער ענין פון יום הששי. און ס'ווערט תיכף ומיד דער המשך פון אלף הששי, אין אן אופן אז ס'ווערט תיכף ומיד גאולה האמיתית והשלימה, און תיכף ומיד דער יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים, ותיכף ומיד בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו, בארצנו הקדושה ובירושה
¶9ירושלים עיר הקודש ובהר הקודש, ובית המקדש השלישי והמשולש, תיכף ומיד ממש.