פסקה
פסקה rh-wt5wtbt9
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-a1jkfder
- order
- Ib
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אט דא, ווי געזאגט, האט מען א וואונדערלעכע אפלערנונג פון דער התחלה פון דער סדרה פון דער וואך, געפינט זיך אין דער התחלה, אין אנהויבס פון דער וואך, און אין א סדרה טיילט זיך מיט זיבן חלקים, אף על פי וואס בכללות איז די סדרה געהערט צו דער גאנצער וואך, אבער אין דער סדרה עצמה אליין איז יעדער טייל פון דער סדרה איז פארבונדן מיט דעם טאג פון דער וואך, וואס דאס האט א ספעציעלע פארבינדונג, זייענדיק דער צווייטער טאג פון דער וואך, דער חלק אין דער סדרה דער צווייטער חלק אין דער סדרה, וואס דארט ווערט דערציילט, ווי געזאגט, א זאך פון וועלכע מ'קען אפלערנען גאר א סאך ביז אין טאג-טעגלעכן לעבן, און ספעציעל קענען דערפון אפלערנען אט די מענטשן וואס זיי האבן א טייל אין עסקנות ציבורית, אין געזעלשאפטלעכע ארבעט, און טוען די געזעלשאפטלעכע ארבעט מיט ליבשאפט און מיט איבערגעב� הייט, און דערפאר בענטשט זיי דער אויבערשטער מיט א הצלחה מיוחדה, מיט א ספעציעלע הצלחה. וואס דארט ווערט דערציילט אין דער סדרה, אז בשעת מ'איז געווען אין מדבר, וואס מדבר אין אלגעמיין איז דאך דאס א דוגמא ווי אידן געפינען זיך אין גלות, ווארום די אידן געהערן דאך על שולחן אביהם אט דארט וואו ס'איז געווען דער בית המקדש און וואו ס'איז דא דער כותל המערב מיט אלע ענינים פארבונדן דערמיט, און בשעת מ'געפינט זיך אין אן אנדער ארט, אפילו אז דאס איז מערניט אפגעטיילט בגשמיות ארטלעך איז דאס אבער אויך בשעת מעשה איז מען בגלות ניט אין דעם ארט וואו ס'געפינט זיך דער בית-המקדש, אין הר הבית, אפילו ניט ווי אין ביישפיל פון אונזער ביישפיל, אפילו ניט אין ארץ-ישראל בכלל.
- proofread
- 0