transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1דאס אודיעא האט מען רעסטאורד ביי דזשעם.
¶2וואס ער טייפט
¶3אן יעדער פארברענגען האט מען דאך א הוראה פון תורתנו תורת חיים, הוראה בחיים, אז ס'דארף זיין ”פותחין בברכה”,
¶4וואס דאס האט דאך א שייכות מיוחדת אויך צו א פארברענגען וואס איז פארבונדן מיטן אלטן רבי'ן, און וואס בני המחבר האבן מסדר געווען זיינע אגרות קודש איז דאך די ערשטע אגרת הויבט זיך גלייך אן מיט די ווערטער ”פותחין בברכה”,
¶5און נאך מערער שייכות במיוחד מיטן אלטן רבי'ן און מיט י' טות כסלו, וואס י' טות כסלו איז דאך ווי כמנהג ישראל בכלל ”פותחין בברכה” איז דאך, אז צוויי אידן טרעפן זיך, זאגט מען גלייך ”שלום עליכם און עליכם שלום”
¶6וואס דאס איז דאך בהדגשה במיוחד אין יו טס כסלו, ביים אלטן רבי'ן עצמו, בנוגע צו היינטיקן טאג, וואס היינים ”האלו נזכרים ונעשים” דער יו טס בכסלו ווי ס'איז געווען בתעם הראשונה, שרייבט ער דאך באגרת הגאולה שלו,
¶7ומדיח צו זיינע ידידים און חברים און כלל ”ישראל, ובלשון הידוע” אין זיין מאגרות, אז הו וי אחי ורעי אז זיין גאולה איז פארבונדן,
¶8כשאמרתי הפסוק פון ”פדה בשלום נפשי” איידער ער האט נאך מסיים געווען דער קעקומען צו די שפעטערדיקע פסוקים יצאת בשלום מהוי' שלום, איז דאך דאס נאכמער די הדגשה בנוגע להתוועדות זו, פארבונדן מיטן אלטן רבי'ן, און ביי אים גופא מיום ט' כסלו, דער ענין השלם.
¶9וכמדובר כמה פעמים, ווי אין ענינים פון תורה, איז א זאך וואס מ'געפינט אין איין ענין פון תורה, איז דאך לאו דוקא אז דאס איז באגרעניצט צו דעם ענין אדער צו דער פאסירונג,
¶10נאר דאס ווערט דער מקור און דער ארט און דעם שורש פון וואנענט מ'לערנט אפ דעם ענין על שאר עניני תורה ומצוותי,' און דערנאך ”אסתכל באורייתא וברא עלמא” אויף אלע ענינים פון א אידן, על אחת כמה וכמה אז דער ענין ווערט א לימוד לכל הענינים, ווען ס'רעדט זיך וועגן א מאורע כללי,
¶11איז דאך דאס נאכמער פארשטאנדיק, אז די תנאים, אדער די הוראות פארבונדן מיט דעם מאורע כללי, ווערט דאס א הוראה פאר כללות הענינים און פאר כל הענינים, על דרך זה אויך דער ענין פון י ט' כסלו בחייו פון דעם אלטן רבי'ן עצמו, איז דאך דאס געווען א מאורע כללי,
¶12ווי מ'זעט דאך בהנהגתו און ווי ביי א מענטשן ווי דער אלטער רבי איז דאך פארשטאנדיק, אז עיקר ענינו איז געווען תורה, ווי פארשטאנדיק אויך,
¶13אז גלייך ווי מ'האט אים א נאמען געגעבן איז דאך דער נאמען 'שני אור' און ווי דער אפטייטש פון בעל שם טוב ותלמידיו, אז דאס גייט אויף ”תורה אור” און ער וועט מאחד זיין די שני ענינים וואס ס'איז דא אין ”תורה אור”.
¶14די תורה הנגלית און תורה הפנימית התורה, תורת החסידות, און מאכן דערפון איין נאמען און איין ענין, וואס דאס איז דאך געווען דער אויפטו אין תורה בגלוי פון דעם אלטן רבי'ן, אז ביי אים איז געווארן די התאחדות פון נגלה און 'פנימיות התורה',
¶15אין אן אופן אז דאס האט דערנאך דורכגענומען זיינע אלע פעולות, און דערנאך איבערגעגאנגען פון ”הנשיא הוא הכל לאנשי” דורו, און דערנאך אויך על ידי ממלא מקומיו, ובפרט בניו ממלא מקומיו, אין די דורות שלאחרי זה, אז 'שני אור' דארף ווערן איין ענין,
¶16ביז וואנענט אז דאס ווערט איין נאמען ווי ס'איז געווען דער נאמען פון דעם בעל הגאולה, און אף על פי אז מי ידמע לו ומי ישבו לו ווער קען זיך פארגלייכן צו אים, איז דאך ביחד עם זה זאגט מען,
¶17אז ער איז דער נשיא, און ”והנשיא הוא הכל” ווערט דאס דערנאך נמשך אין הכל אט די אלע וואס לומדים תורתו און הולכים באורחותיו און ווי דער אלטער רבי האט זיך דערנאך אויך מודיע געווען און מפרש געווען און מבאר געווען,
¶18אז דאס איז אף על פי וואס בהתחלה האט זיך דאס אנגעהויבן אין א חוג מסויים פון אידן, איז דאך דאס דערנאך ולכתחילה די כוונה געווען,
¶19אז דאס זאל זיין אין אן אופן אז ס'וועט מתפשט ווערן הלוך והוסיף ואור, ביז וואנענט דאס וועט דורכנעמען יעדער אידן און אלע אידן, און נאך מערער דורכנעמען אין אן אופן פון הפצה, אז ”יפוצו מעינותיך חוצה” וואס דאס האט דאך אויך א שייכות מיוחדת צו יט' כסלו, כידוע די שיחה הידועה,
¶20וואס אויך אפגעדרוקט אין דעם ספר איז דאך אויך דער נאמען פון דעם ספר אויך תורת שלום, וואס ס'האט געזאגט, אז דער אדמו ר ממלאי מקומו וואס שלום איז געווען א טייל פון זיין נאמען אז ”יפוצו מעינותיך חוצה” בשנה ווען ”הימים האלו ונזכרים ונעשים”,
¶21איז אף על פי וואס פאראיארן איז געווען יט' כסלו און מ'האט אים געווען ”נזכרים ונעשים לכל” ישראל בחזקת כשרות, איז דאך דאס זיכער געווען כדבעי, איז דאך ”מידי שנה בשנה” קומט-צו אן 'אור חדש', ווי פארשטאנדיק פון די אגרת הקודש פון דעם אלטן רבי'ן בנוגע צו ראש-השנה בכלל,
¶22על דרך זה אויך בנוגע צו יט' כסלו, וואס די אמורים ממלאי מקומו האבן זיך א נאמען געגעבן און מודיע געווען און מפרסם געווען, אז דאס איז א ראש-השנה לחסידות ולדרכיה,
¶23צו דער תורה און די הנהגות אויף וועלכע דער אלטער רבי האט זיך נפש געווען, איז דאס איז דער ראש-השנה, איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז ”בכל שנה ושנה” ווערט נמשך מלמעלה אן איר חדש וואס נאך ”לא היה כמוהו”,
¶24איז דערפון אויך פארשטאנדיק, אז אידן זיינען א כלי קיבל און א כלי מתאים אויך אויף אויפנעמען א התעוררות חדשה, ביז אין אן אופן שלא בערך פון כל היתעוררות שהיו לפני זה,
¶25וכמדובר כמה פעמים, ווי פארשטאנדיק פון די אגרת הקודש פון דעם בעל הגאולה השנזכרה איז דאס אפילו ווי דאס איז געווען בפעם הראשונה.
¶26שלא כדעת ה”עולם מלשון העלם והסתר”, אז דער עיקר ענין איז ווען דאס רעפט צום ערשטן מאל, און דערנאך דארף מען האבן א התעוררות, אז ס'זאל זיין כך חדשים און נאכמערער יתורות, ביז וואנענט דאס פועל"ט, אז ס'זאל זיין חדשים איז בעניני קדושה, ובמיוחד פארבונדן מיט ראש-השנה לחסידות און ראש-השנה בכלל,
¶27איז דער אלטער רבי מבאר בארוכה און מיט א ראי' פון תורה-שבכתב, אז מראשית השנה, פון יעדער ראש-השנה צום הונדערסטן מאל אדער מאה ואחת פעמים,
¶28ווערט דאס אין אן אופן וואס ”לא היה כמוהו” אפילו דעם ערשטן מאל ווי דאס האט געטראפן, און מ'זאגט יעדער אידן, אז ”הנשיא הוא הכל” און ”עמדו הכן כולכם” אז ער שטייט צוגעגרייט אויף מקבל זיין אט די ענינים וואס מ'גיט אים שלא בערך לויט זיין הכנה,
¶29מ'דארף נאר האבן אז ער זאל האבן א הכנה לפי כוחו, און דאס זאל זיין אין אן אופן פון עמדו וואס עמידה באווייזט דאך אויף אן ענין של תוקף, און אז מ'קען אים ניט רירן פון זיין החלטה,
¶30און אין אן אופן אז דאס איז הכן אז דאס איז ניט בשעת ס'וועט קומען למעשה וועט ער ערשט דארפן אנהויבן אין הכנות ווי אזוי דאס זאל אראפקומען אין ”המעשה הוא העיקר” נאר די עמידה שטייט אין אזא מין אופן אז ער איז גלייך אנגעגרייט אויף די אלע ענינים וואס מ'וועט אים געבן, ער זאל זיי אויפנעמען און דערנאך אויפטאן מיט זיי,
¶31ווי די כוונה פון דעם נותן איז, וואס דאס איז דאך א פעולה בתכלית השלימות, ובפרט נאך ווי דער דריטער ווארט אין דער ציווי והוראה, אז ס'זאל זיין כולכם אז דאס מאכט מען מיט ”ברבים היו עמדי”,
¶32בדוגמא ווי א התוועדות אז ס'קלייבן זיך צוזאמען רבים מבני ובנות ישראל, טאקע באזונדער דאס איז אין עזרת אנשים און דאס איז אין עזרת נשים, אבער ביחד עם זה איז דאס דער זעלבער דאך און די זעלבע כסלים און דער זעלבער בית ”שמגדלין בו תורה” און 'מגדלין בו תפילה' און אין תורה איז די שניות,
¶33סיי נגלה און סיי 'פנימיות התורה', אין אן אופן אז דאס ווערט איין זאך.
¶34און דערנאך איז דאך א דבר מובן מעצמו, אז בשעת דער פאטער מיט דער מוטער זיינען מחליט אז דאס איז אזוי, איז ווערט דאס בדרך ממילא באופן של ירושה איבערגעגעבן צו די קינדער, על אחת כמה וכמה אז זיי זיינען ממלא תפקידם,
¶35און זיינען מחנך די בנים ובנות אין דעם רוח ווערט דאס אויך בא די קינדער בנערינו ובבנותינו, לעל ישראל, דעם גאנצן אידישן פאלק, צו דעם מילוי היעוד וההבטחה, אז דורך ”יפוצו מעינותיך חוצה” איז 'קאתי מר דא מלכא משיחא',
¶36כפתגם פון מלכא משיחא צו דעם בעל שם טוב מייסד פון תורת חסידות הכללות, און דורך דערויף איז דאך דערנאך נתפרסם געווארן און נתבאר געווארן און נתפרש געווארן, ביז במיוחד על ידי נשיא דורנו,
¶37און אין אן אופן אז ס'זאל זיין אין אן אופן של שמחה וצחוק, וואס דאס איז דאך א טייל פון זיין נאמען, און אין אן אופן פון יוסף לי הוי' 'בן אחר', ווי דער צמח צדק טייטשט אפ,
¶38אז פארוואס ווערט ער אנגערופן בשם יוסף אז ער מאכט אן איבער פון אחר ס'זאל ווערן א בן און א בן, א חביב ביותר, וויבאלד אז דאס קומט-צו אלס א הוספה,
¶39און ס'קומט-צו אלס ”אתהפכא חשוכא לנהורא ומרירו למיתך"”, אז פון אן אחר ווערט א בן, וואס דאס איז אויך מאחד אין בנערינו
¶40ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו זאל אין דערויף אויך נכלל ווערן אט די אלע וואס מסיבות שונות ומשונות האט זיך נאך עפעס געפעלט פאר יו ט' כסלו קומט צוגיין דער יום זכאי און דער יום סגולה, ווי דאס איז דער יום י'ט' כסלו, ווי דער אלטער רבי האט אויף דערויף מועד געווען,
¶41אז דער טאג וועט נחקק ווערן אלס א מועד קבוע אויף כל הדורות שלאחרי זה, און נשיא דורנו דער רבי דער שווער האט אין דערויף נאך מסביר געווען, אז דאס ווערט א 'חג החגים' פון אלע חגים וואס ס'איז דא בתורה-שבכתב און תורה שבעל-פה,
¶42איז דערנאך קומט נאך צו דורך א ”תלמיד ותיק את לחדש” על אחת כמה וכמה א רבי ותיק איז מחדש און ס'ווערט דער ענין פון ”יפוצו מעינותיך חוצה” און מ'טוט דאס בזריזות, ווי דער אלטער רבי איז מבאר באגרת הקודש שלו סימן, אח טוב לישראל דער גודל ענין הזריזות,
¶43יהי שעמדו לנו ווי ער איז דארט מבאר בארוכה ובכמה פוערים קומט אויך די זריזות אין די ”קאתי מר דא מלכא משיחא”, און אין זריזות,
¶44כאמור, פון יעדער אידן און אלע אידן, ו ”כספם וזהבם אתם” מ'נעמט מיט די שלימות האהבה והיראה, וואס דאס איז דאך כסף וזהב רוחניים, און פון זיי ווערט משתלשל כסף וזהב כפשוטם,
¶45כמבואר בארוכה אין די דרושים פון דעם אלטן רבי'ן, אויך אין די דרושים פון היינטיקער סדרה פון ויושב, אין דעם ביאור פון ארץ זקנן, און מ'מאכט איבער פון ארץ זקנן ארץ ישראל,
¶46אז בשעתא חדא וברגעא חדא וביומא חדא איז כאמור לעיל, יעדער איד און אלע אידן קוקט מען ארום זיך דערזעט מען, אז 'קהל גדול יבואו הנה' און דער הנה איז אין ארצנו הקדושה, ”ארץ אשר” ”תמיד עיני הוי' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה”,
¶47”ארץ ישראל בשלימותה, ארץ ישראל” לגבולותי,"' און כאמור, וויבאלד אז ”יפוצו מעינו אתך” קומט אויך גלייך בבת אחת דער ענין פון ”ירחיב הוי' את גבולך” אז מ'האט אויך דער ארץ קניזי וקדמוני,
¶48וכל ענינים אלו, אין אן אופן של שלום, אז ס'איז ”פדה בשלום נפשי” און ווי דער מיטעלער רבי איז מבאר בארוכה, אז מ'דארף גאר ניט אנקומען צו קיין מלחמה, אז די עמי הארץ גיבן אליין און שלאגן זיך אן און בעטן זיך, אז מ'זאל נעמען און מ'גיט דאס אין אן אופן פון ”והיו מלכים אומניך ושרותיהם” מניקותיך,
¶49און מ'וועט דאס ברענגען כמנחה טהורה בכלי טהור צו יעדער אידן און אלע אידן, על אחת כמה וכמה אז מ'וועט העלפן יעדער אידן, וכל בני ביתו וכל המושפעים שלו,
¶50אז ער זאל זיין, כאמור, בשעתא חדא וברגעא חדא בארצנו הקדושה, און אין א סגנון פשוט, ו”המעשה הוא העיקר” אז מ'איז זוכה און מ'האט די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.