transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1וואס אויך בהמשך להאמור לעיל אין די שייכות און ענין המשותף פון י' טז כסלו און חנוכה, און אויך אז דאס איז פארבונדן מיט דער גאנצער וועלט,
¶2ווי דער אלטער רבי שרייבט אין זיין אגרת, ווי ער באשרייבט ווי אזוי ער איז באפרייט געווארן י' טז כסלו, אז דאס איז געווען א זאך וואס האט דערגרייכט און ס'איז געווען בהסכמתה פון עמי הארץ און שרובי עמי הארץ,
¶3און ווי ס'איז פארשטאנדיק אויך פון סיפור הדברים, ביז בידיעה פון דעם מושל בכיפה פון יענער מדינה בזמן ההוא, ואדרבא בציווי שלו, ווארום ס'איז דאך דעמאלט געווען דער מעמד ומצב אז כהן דבר גאטן, על אחת כמה וכמה א דבר כזה,
¶4האט געמוזט האבן דא איז ניט סתם אן אישור, נאר דער א ציווי און תחיפה פון דעם מושל בכיפה פון יענער מדינה, וואס זי איז דעמאלט געווען איינע פון די משלת בכיפה, אבער די גרעסטע משלת בכיפה פון כל הארץ.
¶5ועל דרך זה אויך בהנוגע לימי חנוכה, אז אף על פי וואס דאס איז דאך א נצחון פון אידן, לגבי מלכות יון שטייט דאך אבער גלייך דערביי ”מלכות יון הרשעה”,
¶6וואס דאס איז דאך אויך בהדגשה, און ס'איז דאך א ווארט אין נוסח התפילה, ס'איז דאך כידוע דער דיוק אין יעדער ווארט פון תפילה במיוחד,
¶7וויבאלד אז דאס איז עמוז ”לפני מלך מלכי המלכים” הקב"ה און ווי ער זאגט אין קהלת אז יהי' דבריך מעטים וויבאלד אז מ'שטייט לפני האלקים, און ווי פארשטאנדיק אויך בפשטות אויך בין גוי הארץ אויף וויפל מ'דארף זיין אפגעהיט ווען ס'רעדט זיך,
¶8ווען מ'איז עומד לפני האלקים איז דאך דא דער דיוק, כאמור, אז דאס רעדט זיך וועגן אזא מין מלכות, וואס דערפון גופא איז פארשטאנדיק אז ווען דאס איז היפך פון הרשעה,
¶9ובפרט נאך אז ס'איז אראפגעקומען אין מעשה בפועל, וואס ”המעשה הוא העיקר” און אראפגעקומען אין די ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן ביי אידן מיט ”נר מצוה ותורה אור על אחת כמה” וכמה היפך פון דעם ענין פון מורדת,
¶10ואדרבא, אז מ'דארף דוקא מדגיש זיין נאכאמאל און נאכאמאל אז דער יסוד פון דער גאנצער מדינה איז פארבונדן דערמיט מיט אמונה להקב"ה,
¶11און ניט סתם אמונה להקב"ה נאר אמונה אין הקב"ה אלס א בורא עולם ומנהיגו, ועד כדי כך, אז שלא כדעת המשונים וואס זיי ווילן איינרעדן אז מאמינים איז מען נאר וואס דען
¶12”רם על כל גויים על הארץ כבודו” און ער פארנעמט זיך ניט מיט ענינים פרטיים איז דער יסוד מדינה זו געבויט אויף דערויף, אז די וואס ווערן אנגערופן די מי זדי המדינה און די אבות המדינה האבן גלייך קומענדיק אין דער מדינה מכריז געווען און געמאכט א יום-טוב אלס א נתינת תודה,
¶13להקב"ה לבורא העולם ומנהיגו, פארוואס ער האט זיי מציל געווען און זיי געבראכט אין א מקום בטוח, וואו זיי קענען לעבן אן פארפאלגנגען און אן רדיפות און אן גזירות, און פירן זיך ווי ביי זיי קומט-אויס, אנהויבנדיק פון דער אמונה אין דעם אויבערשטן, אז דער אויבערשטער איז בורא עולם ומנהיגו בפשטות,
¶14אין זייער זמן און אין זייער ענין פרטי און אין זייער הצלה פרטית, ועד כדי כך אז מ'האט דאס קובע געווען אלס א חוק, אז ”מידי שנה בשנה”,
¶15אז ס'וועט קומען אט דעם טאג על דרך ווי דערמאנט פריער, דארף מען נאכאמאל דערמאנען און מכיר תודה זיין און אפגעבן א תודה מקרב לב עמוק", צו דעם אויבערשטן פארוואס ער האט זיי באוויזן חסדו בגלוי.
¶16ועד כדי כך, אז דאס איז געווארן איינגעשטעלט, אז אפילו די אנשים משונים, וואס זיי ווייסן אז אין הארצן גלויבן זיי, אבער מצד טעמים שונים ומשונים בארימען זיי זיך, אז זיי האבן ניט קיין אמונה רחמנא ליצלן אדער זאל האבן אן אמונה אין דעם אויבערשטן,
¶17אז ער געפינט זיך ערגעץ וואו אין ”רקיע השביעי” וכו אף על פי וואס ער ווייס, אז בשעת ער רירט אים אן א זאך באמת, איז ער מתפלל צו דעם סופער ביינג צו דעם אויבערשטן, אז ער זאל אים ארויסהעלפן,
¶18עאכו"כ אז ער איז זיך משתתף אין די אלע ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט נתינת תודה אין יסוד מדינה זו, דורך די ערשטע ניט-אידן וואס זיינען אהערצו אנגעקומען.
¶19וכמדובר כמה פעמים, אז אף על פי וואס צווישן זיי איז אויך געווען אידן, אבער רובם און די וואס האבן קובע געווען אט דעם יום-טוב איז דאך געווען פון די שבעים אומות, און דערנאך איז דאס אזוי אנגענומען מדור לדור עד דורנו זה,
¶20ביז וואנענט אז דוקא בדורנו זה, ובשנים הכי אחרונות, האט מען אויך איינגעפירט, אז דוקא פון דעם בית וואס דארטן געפינט זיך אט דער וואס פירט אן אף על פי וואס ער איז א בשר ודם,
¶21האט אים דער אויבערשטער געגעבן די שליחות, ”לב מלכים ביד” הוי אויף אנפירן מיט אט דער מדינה, און פירט דאס אן אין אן אופן אויף מכריז זיין וועגן דעם ענין פון שבע מצוות בני נח, און מכריז זיין בהנוגע צו דער מנורה במיוחד, און מכריז זיין וועגן דערויף וואס איז פארבונדן מיט חנוכה,
¶22און מכריז זיין וועגן דערויף אין אן אופן פון א בולט'ן אופן און א גלוי'ן אופן, און א גלוי לעיני כל.
¶23וואס דאס איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס ברענגט אויך א ברכה בשאר עניני ההנהגה שלו, וואס דערצו דארף מען דאך האבן א ”גוף בריא, כדי” דאס זאל ניט מבלבל זיין, ובכלל איז דאך זיכער,
¶24אז דאס וועט אים אויך מוסיף זיין בבריאות א גוף שלו כפשוטו, וועט ער נאכמערער קענען מוסיף זיין אין כל עניני הטובים וואס ער טוט בטוב הנראה והנגלה לכל תשבי המדינה, טאקע בשליחותו פון דעם אויבערשטן, וואס ער איז משגיח ”בהשגחה פרטית על כל” אחד ואחת,
¶25און ווי דער בעל שם טוב איז מדגיש, אז דאס באציט זיך א ”שגחה פרטית על כל” אחד ואחת פון גאנצן מין המדבר, און נאך מערער אפילו אויף בעלי חיים און אפילו אויף שמחים און אפילו אויף בוימים, כמבואר בארוכה אין תורת הבעל שם טוב, ווי ס'איז נתפרסם געווארן על ידי בעל הגאולה בכמה מספריו,
¶26און אויך בכמה ממאמריו און די שיחות שלו, און די שיחות פון די רביים נשיאים שלאחרי זה.
¶27וואס דאס גיט דאך א זיכערקייט, אז וויבאלד אז עניני טוב וקדושה ומצוה האט דער אויבערשטער אין זיי אריינגעשטעלט א ספעציעלן כח,
¶28א ”מצוה גוררת מצוה”, דערפון אויך פארשטאנדיק מצד דעם טעם אז דאס איז אזוי אויך אין די שבע מצוות בני נח, וועט ער אויך מוסיף זיין, און מוסיף זיין ”ביתר שאת וביתר עוז” וביתר פסטל,
¶29און זיכער וועט דאס אים אויך ארויסהעלפן אין די אנדערע בלבולים וואס ער האט, און זיכער ארויסהעלפן אין בריאות הגוף, אז בפשטות זאל ער מתוך גוף בריא נאכמערער מוסיף זיין אין הפצת הטוב והצדק והיושר, אנהויבנדיק פון מכריז זיין בגלוי, אז הוא נאר א איד וויל אוועקשטעלן א מנורה,
¶30און פארבינדן דאס און אנצינדן דאס, און באופן דמוסח והולך ואור מידי לילה בלילה, אין די אלע שמונה לילות בזמן המתאים, איז מען אמת א יואב,
¶31ואדרבא אויב מ'טוט דאס אין א מקום של ”פרסומי ניסא” איז דאס נאכמערער פארבונדן מיט דעם רוח און מיט דעם יסוד פון אט די אלע וואס האבן אנגעהויבן זייער-זיין במדינה זו, דורך דאנקען דעם אויבערשטן,
¶32וואס דאס איז דאך אויך דער ענין בפנימיות ובפשטות פון הדלקת נרות המנורה איז דאך דאס א דאנק דעם אויבערשטן פארוואס ער האט מציל געווען ”צדיקים מיד רשעים”.
¶33וואס דאס איז דאך דער יסוד פון דער מדינה, אויף מציל זיין ”צדיקים מיד רשעים”, אע' פי וואס דיר זיינען געבוירין בגשמיות, און דיר זיינען חלשים בגשמיות.
¶34ועד כדי כך, ובכל-שכן וקל-וחומר, אז דער אויבערשטער בחסדו הכי גדול מאכט לייכטער די נסיונות, און גיט אריין גבורה כפשוטה, און הצלחה כפשוטה בגשמיות, אויך בחומריות,
¶35צו כל פעולות ”של צדק ויושר” איז דאך א זיכערע זאך, אז ער וועט נאכמערער מוסיף זיין בכל ענינים אלו, כולל אויך די הכרזה גלוי אז ער אליין באווייזט א ביישפיל בביתו, אננעמענדיק דארט די מנורה,
¶36און צוזאמען מיט אט די וואס שטעלן אים צו די מנורה ”בסבר פנים יפות” על מנת אז ממנו יראו וכן יעשו בכל קצה מדינה זו, וממדינה זו איז יראו וכן יעשו בכל המדינות, אז מ'וועט לאזן וואו נאר ס'איז דא א איד און ער וויל אנצינדן א מנורה,
¶37ואדרבא וועט מען אים מסייע זיין אז דאס זאל זיין אין אן אופן פון ”פרסומי ניסא”.
¶38איז און א זיכערע זאך, אז ניט דא רעדט זיך וועגן געלט דאס איז ניט שייך צו קיינע הוצאות כספיות, דערצו דארף מען ניט אנקומען, ווארום דער אויבערשטער האט געגעבן בחס זה הכי גדול, אז מ'איז בטל געווארן כל הגזירות נגד זה,
¶39על דרך זה אויך די גזירה, אז ס'פעלט חס ושלום געלט, ואדרבא ס'וועט זיין געלט ”בכל מקום ומקום לפי ענינו”, מיטן גאנצן פרסום שבדבר.
¶40און ויהי רצון, אז די הכנות לזה זאל זיין בהצלחה רבה ומופלגה, ובפרט נאך אז זיי וועלן זיך אנהויבן אויך בנוגע לימי הארץ, פון דעם בית מרכזי פון דער מדינה, וואס דארטן גופא וועט דאס זיין בפרסומו של עשרה מישראל וכו,'
¶41מתוך ”סבר פנים יפות”, מתוך מנוחה שמחה וטוב לבב, און ס'איז א זיכערע זאך אז הקב"ה גיט שכרו, ובמודתו של הקב"ה וואס זי איז כמה פעמים ככה אויך דער ענין פון ליכטיקייט און געזונטקייט, און יכולת אויף נאך מערער מוסיף זיין בכל עניני טובה וקדושה.
¶42ואשרי חלקם של כל אלו, סיי אידן סיי ניט-אידן, וואס זיי וועלן אמת-היור זיין ב”כל זה, ומתוך שמחה וטוב לבב”, ומתוך עידוד, אז זיי זאלן האבן הצלחה, יעדערער בעניני און אט די וואס דער אויבערשטער האט זיי געגעבן 'בהשגחה פרטית',
¶43א כח אויף זיין א מורה-דרך, אדער האבן א השפעה אין א גאנצן סטייט אדער אין א גאנצער שטאט, דער אין א גאנצער שכונה זאל ער דאס אויך טאן באופן דמוסיף והולך ואור, און וויסן אז דורך דערויף ווערט ”כליא ריגלא דתרמודאי” אויך כפשוטו,
¶44אז אויב מ'וויל האבן די אמת"ע עצה, אז ס'זאל ניט זיין קיין מורדים, אין חוקי המדינה, איז ניטא קיין אנדער עצה איז ניט!
¶45ס'וועט העלפן כל הענינים שבעולם, ניט קיין געלט, ניט קיין גוטע טישעס וכיוצא בזה די זאך וואס וועט דערצו העלפן מיט דאס, אז דאס וועט זיין מיוסד אויף דער אמונה אין בורא עולם ומנהיגו, וואס ער איז אויך משגיח 'בהשגחה פרטית' בכל אות ובכל מקום,
¶46און מ'דארף ניט האבן קיין בעסערע ראיה, אז מ'האט געזען, אז 'רוב ידיעות' אין די חכמות, מיט רוב חקירות און פילספיות און שיטות בחיים, האט רחמנא ליצלן בדורנו זה אויפגעשטעלט א דור,
¶47וואס ער האט געמאכט די אזוי-גערופענע הלוקאוס איז זיינען זיי געווען אט די וואס האבן געטאן מעשים בלתי אנושים במיוחד ובכלל ובפרט,
¶48וואס ”אין הדעת סובלתם” זייערע קינדער ליין, אז מ'דערציילט וואס זיין פאטער אדער זיין זיידע האט געטאן גלויבט ער ניט אז דאס האט ער געקענט טרעפן, ווארט ער האט אים געזען עסנדיק האט ער געגעסן ווי אן אדם בריא, און קומט צו טאן אזא מין זאך וואס דאס איז א משוגעת מצד דעם 'נפש הבהמית' פון א ניט-אידן.
¶49און אף על פי כן איז דאס געווען, און מ'האט דאס פארבונדן און מייסד געווען, אויף דערויף וואס מ'האט אויפגעשטעלט חקירות ופילוספיות און שיטות בחיים וכו וואס זיינען אבער ניט געווען מיוסד אויף דער אמונה אויף א סופער ביענג אויף אן אויבערשטן וואס ער איז אן אויבערשטער,
¶50און ער פירט ן ”בכל פרט ופרט” בעולמנו זה הגשמי והחומרי.
¶51און וויבאלד אז דער ענין איז שוין בטל געווארן, און בטל געווארן מצד מקומר כזיר, און מ'וועט דאס זיכער אויך סוף כל סוף ניט צונעמען, רחמנא ליצלן, ביי קינדער פון דער מדינה,
¶52דעם יסוד אויף וועלכע זיי דארפן בויען זייער לעבן, אז ס'זאל זיין א מענטשלעכער לעבן דארף דאס זיין דורכגענומען מיט אן אמונה, אז ס'איז דא אן אויבערשטער אויפן מענטשן, וואס ער איז העכער פון אים, און ער האט אן ”עין רואה ואוזן שומת” פון ”כל פרט ופרט”,
¶53צוזאמען וואס ער טוט דאס אין אן אופן של רחמין און צדק ויושר, במילא פארשטייט א פיצל קינד אז אנטקעגן אים וועט ניט העלפן קיינע אויסנערערי רחמנא ליצלן וכיוצא בזה,
¶54ואדרבא ער וויל האבן דעם אויבערשטנ'ס ברכה איז ער נאכמערער מוסיף ומשפיע אויף זיין חבר אדער א מיידעלע אויף איר חבר'טע אז זיי זאלן זיך פירן לויט די שבעה מצות בני-נח ”לשבת יצרה”.
¶55און אט דאס איז די איינציקע וועג וואס דאס וועט באווארענען אז מ'וועט אויפהאדעווען קינדער וואס זיי וועלן זיך אויפפירן ווי מענטשן דארפן זיך אויפפירן, אין אן אופן פון ”לשבת יצרה” וואס בכללות איז דאס אויך אויף מאכן ליכטיק בא זיך אינעווייניק אין הארצן,
¶56און דורך דערויף אויך מאכן ליכטיק אין הויז און אין דער סביבה און אין דער טאט און דער שטעטל ארום זיך, ביז אין דער גאנצער מדינה.
¶57וואס דאס וועט זיין ”כלי ריגלי דתרמודאי” דאס איז די איינציקע וועג אז ס'זאל בטל ווערן אינגאנצן א לויט פון מציאות דער ענין פון מוריד זיין,
¶58אין דינא דמלכותא, וואס דאס איז אויך מוריד זיין אין דינים פון גניבה וגזילה וכיו' בזה אפילו ווען די גניבה וגזילה טוט זיך באהאלטענערהייט, קען מען זיך באהאלטן פון א פאליסמען, און סוף כל סוף העלפט דאס אויך ניט, אבער ס'איז א זיכערע זאך אז יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט,
¶59אז מ'קען זיך ניט באהאלטן פון אן ”עין רואה ואוזן שומעת”, מ'דארף נאר האבן מ'זאל אים דערציילן אז ס'איז דא אן ”עין רואה ואוזן שומעת”, און דערציילן אים איין מאל און א צווייטן מאל און א דריטן מאל, ביז וואנענט דאס וועט ווערן א חלק מחייו,
¶60אין חייו הפרטים, בחיי יום יום, און אויב מ'קען דאס ניט מאכן בדיבור בגלוי, מאיזו סיבה שתהי' מאכט מען דאס אין א רגע של שתיקה, מ'זאגט אבער אן דער פאטער און דער מוטער, וואס זיי האבן דאך רשות,
¶61און ניט נאר רשות, זיי האבן דעם חיוב און זכות אויף האדעווען זייערע קינדער, אז די קינדער זאלן זיין מענטשן, ניט רחמנא ליצלן, מורדים, אין די חוקי המדינה און חוקי האנושים, אפילו וואס זיי זיינען פארשטאנדיק אין שכל פון דעם 'נפש הבהמית' בפשטות און נפש החומריות איז כאמור,
¶62דאס איז די איינטיקע וועג אויף דאס באווארענען באופן של שתיקה בתורת התחלה, אבער בהדרכה פון די עלטערן לפני זה, און דערנאך באופן דמוסיף והולך ואור, וואס דאס וועט נאכמערער מוסיף זיין אין די בריאות הגוף פון די אלע וואס זיינען זיך מתעסק בכל זה און דעם טיפול רפואי צו וועלכן זיי דארפן אנקומען,
¶63ובפרט נאך אז מ'הויבט גלייך אן די הוספה בכל ענינים אלו, און מיט א שמחה וטוב לבב, אויך די הוספה, הלוך והוסיף ואור, מזמן לזמן, וממקום למקום, וכמדובר, אין אן אופן פון 'נראה ונגלה', וואס דעמאלט וועט דאס אויך העלפן און פועל זיין בפשטות אין כל חלקי המדינה,
¶64וממדינה זו אויך אין אנדערע מדינות, ובמיוחד אז דאס אלץ וועט נאכמערער צוהיילן די הלכה וואס דער רמב"ם ברענגט אראפ, און כמוזכר לעיל,
¶65אז ס'וועט זיין בקרוב ממש אקרא על כל העמים כולם לעבדו כולם שכם אחד ”והיתה להוי' המלוכה”, אין דעם אויבערשטן, ”אין גד ואין” תלת, במהרה בימינו ממש.
¶66לחיים.