עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-ws1ce38p

kind
paragraph
order
C
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ובקרוב ממש, איז זאלן די עלטערן אייערע און די מחנכים האבן פון אייך נאך מערער נחת זעענדיק ווי אזוי מ'ארדנט זיך איין אין א זעלבסט-שטענדיקן לעבן צו נחת רוח פון דעם אויבערשטן, און נחת רוח פון דער תורה, און נחת רוח פון דעם גאנצן אידישן פאלק, וואס דערפאר איז דאך אויך פארשטאנדיק וואס מ'איז זיך נוהג בכמה מקומות, אז אין דעם טאג פון דער חופה, גיבן סיי דער חתן און סיי די כלה, אויף צדקה מערער ווי מ'ויל גיט אין א געוויינלעכן טאג, און אזוי טוען אויך די וואס ווילן פאר זיי נאכמערער ברכות, ובפרט די עלטערן, די מוטערס מיט די פאטערס און די זיידעס מיט די באבעס, און דער אויבערשטער זאל בענטשן יעדערן פון אייך, אז איר זאל געבענטשט ווערן אין די אלע הכנות האמורות, יר וועט נאכמער מוסיף זיין אין דעם ענין וואס וועגן וועלכן ס'רעדט זיך לעצטנס אויף איינווירקן אויף אידן ארום זיך, אז מ'זאל זיין נאכמער אידישער ווי מ'איז געווען א סך ביז איצטער, איז צו גוט איז דאך קיין שיעור ניטא, ס'זאל דאס זיין נאכמערער, אזוי וועט אויך דער אויבערשטער מוסיף זיין אין די אלע ברכות וואס ער האט שוין צוגעזאגט אייך, און האט שוין אנגעהויבן געב� זאל אים געבן נאכמערער און נאכמערער, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה. און דאס אלעס אין צוגאב צו ברכות וועגן וועלכע ס'האט זיך גערעדט בא די וואס זיינען דא געווען אין דעם בית הכנסת ובית המדרש מיט א וויילע פריער, זיינט איר דאך אויך נכלל אין דעם, ואדרבא, אלס א נייער בנין בישראל, א בית בישראל, באקומט חלק בראש התוספת אין די אלע ברכות והצלחות, ובפרט כאמור בנוגע צו נתינת הצדקה אין יום החופו על ידי חתן כלה און אויך על ידי הקרובים וההרים און די עלטערן במיוחד, און דאס איז אויך איינע פון די ערקלערונגען אויף דעם מנהג וואס מ'מאכט יעדערן פון אייך אלס א שליח מצוה בקשר מיט דער חתונה, אז
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions